א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7101 מאל

א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18

שליחה דורך מי אני »

די אשכול איז געווידמעט פאר קאמענטארן איבער מיין ארטיקל ״א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל״. געדאנקען דערינען זענען אויסגעשמועסט געווארן אין די צוויי אשכולות וואס רעדן ארום וועגן דעם טעאלאגישן פראבלעם פון שלעכטס. ווי אויך האט [tag]חכימא[/tag]’ס ארטיקל אין וועקער 9 אנגערירט אויף די פראגע ווי ווייט די הגדרה פון ״יכולת״ גייט כלפי כביכול הקב״ה.

איך וואלט געוואלט אויסקלארן אביסל מער וואס איך מיין מיט׳ן זאגן אינעם ארטיקל ביי מהלכו של הרמב״ם בזה אז ״דאס הייסט, לויט ווי דער יקום שטייט היינט איז דאס נישט מעגליך, אבער ס׳וואלט געווען מעגליך אויב זאל גאט מאכן אויס די בריאה און אנהויבן פונדאסניי.״ דהיינו, דער רמב״ם נעמט דאך אן בריאת יש מאין (ווי מרומז שפעטער אינעם ארטיקל דלא כהרלב״ג, ועיין באשכול זו), והיינו מאין הגמור. וממילא קען מען שוין דן זיין אז די געזעצן פון לאגיק גופא, וואס דערלאזן נישט די סארט הגדרה פון ״יכולת״ וממילא אפצוטוהן די רעות, זענען אליינס דעמאלטס נולד און באשאפן געווארן מאת הקב״ה. (דאס אליין אז די מושכלות זענען נבראות (אליבא דהרמב״ם) איז נישט אינגאנצן פשוט, אבער איך גיי אויף דעם דרך אז אויב איינער וועט שוין יא אזוי פרעגן.) וממילא אויב איז הקב״ה אלעס צוריק מחזיר לתוהו ובוהו ואַיִן הגמור קען ער דערנאך כביכול נאכאמאל אנהויבן פונדאסניי אן דעם לימיטעישאן אין לאגיק (כעין א נייע לאגיק) וממילא אן די רעות. (ווי דערמאנט אינעם ארטיקל ווילן מיר נישט גיין מיט, למשל, לייבניצ׳נס מהלך אז ״דאס איז למעשה די בעסטע פון אלע וועלטן וואס זענען שייך און עס איז נישט שייך עס זאל זיין אנדערש און בעסער״; אונז ווילן נישט גיין זאגן אזא מהלך פאר איינער וואס מאכט מיט און זעהט אויסדרוקליך נישט ווי אזוי עס קען ״נישט״ זיין בעסער.) אבער מיט׳ן מהלך פונעם רלב״ג, וואס אונז גיי׳מיר אריין דערנאך, איז דאס ווייט נישט אזוי שווער, ווייל ער איז בפירוש קעגן דעם פון בריאת יש מאין הגמור, וממילא זענען די מושכלות אין לאגיק וואס דערהייבן און דערלאזן נישט דאס אויך נישט געווען א בריאה ממש. ודוק.

איך וויל דא אויסדרוקן א הערצליכן ייש״כ פאר מערכת [tag]דער וועקער[/tag] פאר׳ן רעדאגירן און אריינלייגן מיין ארטיקל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)

דער אשכול פארמאגט 545 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר