דורך רימון » דינסטאג מערץ 02, 2021 4:29 pm
וויזעל איז זיכער א מורא'דיגער מבקר און א שטארקער מבקש אמת, פון דער אנדערער זייט, ווייל זי זוכט אזוי דעם אמת און זוכט אלעס צו מבקר זיין, איז אמאל טרעפט זי א פינטל אמת און בלאזט עס אויף און נעמט עס ארויס פון פראפארציע, א ביישפיל איז איר לעצטע פונקט אין איר פסיכא-אנאליז פארוואס דער וועקער זאל שרייבן אזא אנאליז (פארשטייט זיך מיט'ן איגנארירן די בולט'דיגסטע, אז ס'איז פשוט די סאמע ברענענדיגסטע נושא וואס פלאקערט שוין אין די גאנצע וועלט פאר א גאנצן יאר און עפעס וואס האלט יעדן פארנומען אריינגערעכנט מרת וויזעל אליין...) ווי ס'איז דא מענטשן וואס פילן זיך גוט מיט ווארפן זייער אייגענע געמיינדע אונטער'ן באס ווי זי ברענגט אן ארטיקל פון זשעימס באלדווין. פיין, נניח אז ס'איז אמת, געטראפן דעם טוטער, ס'איז דא מענטשן וואס זיי שטעלן זיך אהער ווי גאטס פארזארגער און סך הכל מיינען זיי זייער עגא. געוואלדיג. אבער דאס איז די איינציגסטע מאטיוו וואס מענטשן האבן? עפעס אנדערש איז נישט פארהאן? אפשר איז דא מענטשן וואס ס'טוט זיי זייער וויי ווען זיי מוזן מסר'ן א היימישן אדער ווארפן זייער אייגענע קאמיוניטי אונטער'ן באס און זיי טוען עס מיט גאר א שווער הארץ, און נאר טאקע במקום וואס ס'איז נישטא קיין ברירה, ווען זיי זעען די ווערטשאפט פון א נאנטן ווי אומלעגאל אדער געפארפול. אפשר איז דא א היימישער מענטש וואס האט זייער ליב אונזער קאמיוניטי און דאך וועט ער אויפהייבן א ווייגעשריי אויף אונזער רעספאנס צו קאוויד, טאקע ווייל ער האט ליב זיינע אייגענע מענטשן און ער קען נישט צוקוקן ווי מיר פירן זיך אזוי לייכטזיניג.
לאמיר נישט פארגעסן, א מענטש וואס איז א וויסל בלאוער, ער דרייט אויס דעם רוקן צו זיין אייגענע קאמיוניטי איז אין רוב פעלער א הירא. פארגעס נישט, רוב מענטשן טוען עס נישט, טאקע ווייל ס'איז אזוי שווער און די נגיעות טרייבן. פאר יעדן שווארצן קאפ וואס שמייסט זיינע אייגענע ברידער האסטו טויזנט שווארצע מענטשן וואס וועלן מחפה זיין און פארדעקן אויף גרויסע און קליינע פארברעכנס פון א "בראדער". סאו האסטו דא א מענטש וואס גייט קעגן די געווענליכע נטיות און בייעסער און זוכט זיך צו האלטן צו מאראל און עטיק און זיך שטארקן אויף דעם גרינגן וועג ארויס, ווי איז מען אזוי שנעל אנגעקומען צו טאנצן ביזן אנדערן עק אז דער מענטש שפירט זיך בעסער ווי זיינע ברידער.
נאך איין נקודה, אויב האב איך גוט פארשטאנען טענה'ט זי אז חרדים זענען נישט געשטארבן פון קאוויד גופא נאר ווייל אפשר ווייל מיר האבן שלעכטע די.ענ.עי. ווי מ'זעט אז חרדים האבן ברעסט קענסער צו פארקיסאנס און אנדערע פראבלעמען. געוואלדיג, נניח אז ס'איז אמת און מיר זענען ענדערש אויסגעשטעלט צו ליידן פון קאוויד דארפן מיר זיך הערשט באשיצן פונקט ווי יעדער פארשטייט אז עלטערע מענטשן אדער מענטשן מיט קאמפראמיזירטע אימיון סיסטעמס דארפן זיך בעסער האבן.
עס פארשטייט יעדער איינער אז וואלט געווען אין אונזער געגענט אן עבאלע אויסברוך ווי 90 פראצענט מענטשן וואס ווערן אנגעשטעקט שטארבן אויפ'ן פלאץ, וואלטן אלע שיינע תורות פון פרייהייט און קאנפארמיטעט און ליבעראליזם און עקסעסיוו מאכט פון די רעגירונג ארויסגעפלויגן פון פענסטער און וויזעל וואלט געווען דער ערשטער זיך צו באהאלטן אונטער'ן בעט און נישט ארויסקוקן פון פענסטער אפילו איינמאל אויך נישט. אלע תורות הייבן זיך אן טאקע ווייל די טויט ראטע איז נישט אזוי הויך און נאר ביי געוויסע סעקטארס פון פאלק, נו, אויב מיר זענען פון אזעלכע וואס זענען אומשטאנד צו ליידן מער, צי צוליב אונזער לעבנסטיל פון שול און גרויסע משפחה און שמחות נאכט נאך נאכט, צי ווייל מיר האבן נישט קיין גוטע די.ענ.עי., צי ווייל אונזער היגענע איז נישט אזוי איי איי איי (ווי זי האט די גאטס צו זאגן, א זאך וואס דער פארשאלטענער ניו יארק טיימס וואלט זיך נישט געוואגט צו זאגן, נאר אז מיר קאמפלייען נישט און האלטן נישט ביים גיין קיין מאסקעס, וואס פאר דעם קומט זיך פאר'ן ניו יארק טיימס לויט וויזעל מיתה בידי שמים און מיתה בידי אדם), צי ווייל אונזערע מענער זענען נישט טשינאש (לאלא) און נאר די פרויען זענען טשינאש, צי פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה, דאס אלעס איז סיבות צו נעמען די ווירוס ערנסטער און נישט צו מזלזל זיין דערין.