ענטפער פאר פרידא וויזעל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ענטפער פאר פרידא וויזעל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך מערץ 03, 2021 10:29 am

אויף א פּאָדקעסט האט פרידא וויזעל קריטיקירט דעם ארטיקל "ותהי המגיפה" וואס ערשיינט אין דעם לעצטן וועקער. דא איז אונזער רעאקציע.
בייגעלייגטע פיילס
R.jpg
Veker Response.pdf
(342.52 KiB) אראפגעלאדנט 184 מאל
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 163 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 03, 2021 2:09 pm

It's getting nasty
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך מערץ 03, 2021 5:23 pm

אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

בכלל נישט נעסטי
ענטפערט זייער גוט סטעפ ביי סטעפ
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 912 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 03, 2021 9:05 pm

למעשה איז זי גערעכט.

דער מהלך פין אויפווייזן און בלעימען איז נאר ווייל עס הערשט ביי די שרייבער א געוויסע גאות, אדער התבדלות פין דער עולם גולם כלל, וואס זיי ווילען כסדר פראווען פאר זיך און פאר זייערע שמאלע חבורה אז זיי זענען אנדרעש ווי די געווענליכע חסידים וואס זענען פראים און נישט נזהר אין אלע זאכען וואס דער ארטיקעל רעכענט אויס.

איך האב נישט געליינט דער ארטיקל אין וועקער אזוי שטארק, אבער טאמער ווערט דארט אינדארסירט די מסירות וואס זענען געשעהן, איז זיכער אז דאס איז די מטרה.

זיי קענען שרייבען רעספאנסעס פין היינט ביז מארגן, זי האט געלאנדעט א נאגעל אין קאפ, און זיי מעגן איר אויסהערן און אריין קלערען אז אפשר איז זי גערעכט, און אז דער מהלך פין גאות ברענגט זיי נישט קיין גרויסע גליקען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך תרמב » מיטוואך מערץ 03, 2021 9:30 pm

עטס ברענגטס ארויף וויזעל’ס ווערטער אויף זייער א הויעכע לעוועל, אז איר האט געדארפט שרייבן א ספעציעלן קונטרס’ל איר אפצוענטפערן.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מערץ 03, 2021 9:58 pm

אישתישבי האט געשריבן:למעשה איז זי גערעכט.

דער מהלך פין אויפווייזן און בלעימען איז נאר ווייל עס הערשט ביי די שרייבער א געוויסע גאות, אדער התבדלות פין דער עולם גולם כלל, וואס זיי ווילען כסדר פראווען פאר זיך און פאר זייערע שמאלע חבורה אז זיי זענען אנדרעש ווי די געווענליכע חסידים וואס זענען פראים און נישט נזהר אין אלע זאכען וואס דער ארטיקעל רעכענט אויס.

ס'איז מיר געווען אינטעראסאנט וואו זיי בויען אויף א שטרוי-מענטש ארגיאמענט כאילו איר הויפט פראבלעם מיט די סייקי פין די שרייברס איז זיי ווילען געפעלן פאר די ניא-יארק טיימס ליבערעל.
יא זי דעמאנט אויך די טיימס...אבער די מעין פוינט איז וואו דו שרייבסט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום מיטוואך מערץ 03, 2021 10:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מערץ 03, 2021 10:00 pm

נניח אז זי איז יא גערעכט מיט דעם אז ״זיי טוהן דאס נאר ווייל זיי ווילן זיך האלטן מעכטיג (יא יא, איך נוץ דוקא די לשון פון חדר אינגלעך) און פיהלן גוט אז זיי זענען מער ווי סתם נארישע חרדים (פארשטייט זיך נאר בעצם צו זיך אליין און אפשר געציילטע ארומיגע, ווייל זיי זענען דאך אנאנים)״, פארשטיי איך אבער נישט ווי אזוי די עד האָמינעם ענטפערט כלום צום נידון. בפרט אז ווי עס שיינט מאכט מען דאס אזא צענטראלע פונקט פונעם קאָנטער-ארגומענט. זאת ועוד, טאמער איז מען שוין יא נחית צו עד האָמינעמס קען מען טענה׳ן פארקערט אויף מרת וויזעל. והיינו, אז זי פארטיידיגט די געמיינדע אויף אלע קאסטן כדי צו צייגן אז זי האט נישט פארלאזט די געמיינדע אלס זי איז א ״העיטער״ נאר אלס אביעקטיווע סיבות וכו׳. פּליִז! יעדער פארשטייט ווי זינלאז אזא טענה איז, אויף אפאר לעוועלס.

אפילו אויב דאס איז טאקע נישט איר צענטראלע פונקט איז אבער א שאד אז זי האט דאס בכלל דערמאנט. דאס טוהט נאר אפשוואכן איר גאנצע אנטווארט עז עי האָל. לגבי אירע טענות אויפ׳ן עצם דיון ענטפערן זיי דאך אחת לאחת.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 8022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1549 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך מערץ 03, 2021 10:13 pm

מי אני האט געשריבן:... זאת ועוד, טאמער איז מען שוין יא נחית צו עד האָמינעמס קען מען טענה׳ן פארקערט אויף מרת וויזעל. והיינו, אז זי פארטיידיגט די געמיינדע אויף אלע קאסטן כדי צו צייגן אז זי האט נישט פארלאזט די געמיינדע אלס זי איז א ״העיטער״ נאר אלס אביעקטיווע סיבות וכו׳. פּליִז! יעדער פארשטייט ווי זינלאז אזא טענה איז, אויף אפאר לעוועלס.

דא קימט די קאנטער עד האָמינעמס ארגיאמענט
רבי זי האט זיך אנגעפאנגען!!!



לגבי אירע טענות אויפ׳ן עצם דיון , די רגע וואס די שרייבער פארלאנגען נישט די זעלבע סארט לאק-דאן וואו אלע אנדערע, קענען זיי סתם שרייבן וואס זיי ווילען - פעלט נישט אויס די סאדא-סייענס
ווייל די נאמבערס איז קאמפערן עפעלעך מיט טענדשערינס מיט א טענה פין מיגו
סך הכול אן עטעמפט אויס צוקיקען מעכטיג
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך מערץ 03, 2021 10:21 pm

זייער שטארק געענפערט!!

געפעלט מיר די אלע דא וואס פון וואס זיי שרייבען זעהט מען אז זיי האבן נישט געליינט די וועקער און פארשטייען נישט די טאפיק און געבן נישט די שרייבער אפילו די דיסענצי אז יענער האט געשריבן 80 פעידזעס און גע'ארבייט הונדרעטע שעות און די ווילסט עס אפ פרעגן כאטש רעד צו די זאך און באצי דיך צו די ענין אנשטאטס סתם האקן ווי א סוס וחמור
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1030
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1661 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך מערץ 03, 2021 11:02 pm

הייסט אזוי גייט מען פירן א דעבאטע? יעצט איז לכאורה מיין פלאץ צו ענטפערן אז "אלעס וואס ענק שרייבן דא איז צו קענען צוריקלויפן צו ענקערע אייוועלט-נאָרעס און ווייזן פאר די חברה דארטן אז ענק האבן 'צוגעפיקסט' די קאווע שטיבל אויפגעקלערטע."

איז "זייטס מיר און האטס מיר," ווי פרידא וויזעל האט אזוי זיס געזאגט אויף איר פאדקעסט.

ווער עס וויל רעדן אויף דער נושא איז מכובד צו זאגן הערות צו דער זאך, ווי @תרמב האט געטון דא, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 12:57 am

גראדע זאגט זי "האטס מיר און זייטס מיר"

מי אני איז גערעכט, עס האט נישט מיט דער עצם דיון. אשר על כן?

און איך זעה נישט וויאזוי עס מאכט ווייניגער זיין ארבעט פין אכציג בלעטער. עס איז גראדע דא דער אנדערע טענה וואס זי זאגט איבער אסאך מאל, וואס דאס מאכט יא שוואכער דער "אכציג בלעטער" טענה, אז די בלעטער וואס דארפען ווייזן ריין חשבונות, זענען אנגעפילט מיט זייער אסאך דעמאגאגיע.

מיין תחושה איז, אז יידל דער בעל החשבונות האט געשריבן א קורצע ארטיקעל מיט זיינע חשבונות, און אבטולמוס דער בעל הטענות אויף די הרחקות כידוע, האט עס צוגעפיקסט מיט דער דעמאגאגיע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך תרמב » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 9:06 am

ווען די ארטיקל וואלט ווען געווען נאר טרוקענע נומבערס וואלט עס נישט געהאט קיין שום טעם.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 337
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 1239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל

הודעהדורך צפור בודד » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 9:32 am

אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

אז דאס איז נאסטי זאג מיר וואס איידל איז.

זי רעדט שטותים און הבלים און זוכט פון אונטער דער ערד מסביר צו זיין אונזערע משונה'דיגע הויכע טויט-נומערן וואס זענען פעסטגעשטעלט אין נ"י, ארץ ישראל, ענגלאנד און בעלגיע. און וואס האט זי צו זאגן? אפשר עקסידענטן ווייל אונז זענען מער ארויסגעגאנגען, און זי האט נאך א שיינע מעשה פון א שרעקליכער קאר עקסידענט. אזא קינדערישע טענה דארף בכלל א תשובה? וויפל פראצענט מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין עקסידענעטן? און פארוואס זענען אונזערע טויט נומערן געשטיגן אין פארגלייך מיט אונז אליין פאראיאר?

אויך דערמאנט זי די ען עי. נו, אז אונז האבן א געוויסער די ען עי וואס מאכט אונז מער עלול צו שטארבן דארף מען דאך ערשט זיך היטן נאך אסאך מער ווי אנדערע, איז פארוואס האבן מיר ווי צו להכעיס זיך דווקא איינגעזאמלט? דער וועקער האט אויך בעיקר גערעדט פון טויט. דער פאקט איז דאך אבער אז מיר זענען אויך פיל מער אנגעשטעקט געווארן איז וואס האט דאס מיט די ען עי?

וואס טענה'ט זי בכלל? אז ס'איז נישטא קיין מגיפה? אז די מגיפה הרג'ט נישט? אז די מגיפה גייט נישט אריבער פון מענטשליכע קאנטאקט? טאמער איז זי נישט מקבל די דריי פאקטן איז זי אינגאנצן מטורף און א שאד דער צייט איר אויסצוהערן. ווייטער אז זי איז דאס יא מקבל איז פארוואס וויל זי נישט מקבל זיין דער פשוט'סטער הסבר פאר אונזערע נומערן? מיר האבן אנגעהאלטן מיט גרויסע זאמלונגען ממילא זענען מיר מער אנגעשטעקט געווארן און ממילא מער געשטארבן. אז דאקטאר פאוטשי איז נישט "תורת משה", איז ווער יא? אירע וועבזייטלעך פון קאנספיראציע מטורפים?

דער אמת'ער ענה לכסיל כאוולתו איז אבער אויף איר פסיכיאנאליז. דער וועקער וויל זיך חנפ'נען צו ליבעראלע ווי דער נ"י טיימס וכיוצא בהם. דאס הייסט אז דער וועקער מיט א צירקולאציע פון, לאמיר זאגן אפטימיסטיש, צוויי אדער דריי טויזנט, געשריבן אויף אידיש און פארקויפט פאר א מיעוט שבמיעוט פון חסידים, האט אפגעשריבן זעקס קאפיטלעך כדי זיך צו מה יפית'ן פאר א צייטונג וואס ווייסט נישט בחייכון פון זיי צו זאגן. און זי האט נאך א תנא דמסייעא פון דזעימס באלדווין וואס ער האט געזאט איבער אפריקאנער אמעריקאנער. יאפ, אין בכלל אלא מה שבפרט, און אומגעפער אזוי שכל'דיג איז דער גאנצער פאדקאסט.

דער וועקער האט איר איידלערהייט געענטפערט. ווייל אז מען גייט שוין פסיכיאנאליזירן, אפשר איז זי ווי דער באקאנטער טיפ וואס קומט צוריק מיט אן "עתה ידעתי", זי האט שוין אלעס געזען און זי די גרויסע מבינ'טע וועט אונז איצט דערציילן ווי געווינטשן מיר זענען. אדער דער תמות נפשי מות ישרים טיפ וואס נאך אונז ווייזן א פייג קומען זיי צוריק ווען זיי ווערן עלטער און ווייזן מיט א כשר חזיר פיסל אז דאס פינטעלע איד פלאטערט נאך ביי זיי. נאר א ביטערער איראניע ווען זי קומט אונז פארטיידיגן אויף אונזער, נישט איר, תמות נפשי וואס אונז און אונזערע מנהיגים האבן גורם געווען בידים.

און אז מיר זוכן מאטיוון, זי האט דאך א טור ביזנעס פון נעמען טוריסטן קיין וו"ב. זי ווייסט פונקט ווי אונז אז די מלאכי חבלה דארט קענען איר שווער מאכן דאס לעבן, איז אפשר דאס שמור לי ואשמור לך. איך וועל ענק באשוצן אפילו ווען ענק האבן אנגעברענגט אז זיידעס זאלן פאלן ווי פליגן און ענק לאטס מיך געמאך ווייל איך בין דאך אויך משלנו.

אז איר האלט דאס איז שוין בגדר קאנספיראציע, האט זי דאך אונז אהערגעברענגט, און אז ס'טויג פאר איר קען עס פונקט אזוי טויגן פאר אונז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך צפור בודד אום דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:00 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 363
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 337 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:12 am

תרמב האט געשריבן:עטס ברענגטס ארויף וויזעל’ס ווערטער אויף זייער א הויעכע לעוועל, אז איר האט געדארפט שרייבן א ספעציעלן קונטרס’ל איר אפצוענטפערן.

דער וועקער רעספעקטירט מרת וויזעל. מ'קען זיין שטארק קעגן איינעמ'ס ארגומענטן און דאך רעספעקטירן דעם פאקט אז יענער פרובירט במשך 45 מינוט צו מאכן סדר אין זיינע אדער אירע געדאנקען.

פארשטייט זיך אז די פארטיידיגער פון אונזערע רבי'ס/רוצחים - וועלכע וועלן קיינמאל נישט אריינקריכן אין די מנהיגימ'ס מאטיוון מתיר צו זיין טויזנטער מענטשן זיך צוזאמענצושטופן און קלאַטשן פאר זייער כבוד - האבן נישט די אנשטענדיגקייט, אדער אפשר ניטאמאל די מעגליכקייט, צו ענטפערן א צווייטן מיט רעספעקט.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 10:48 am

ס'איז ממש סכנות נפשות צו לאזן זייערע טויזענטער קינדער און מענער אינדערהיים חדשים לאנג אן קיין טעלעוויזיע, מאוויס אדער אנדערע אינטערטעמענט. כאפסט נישט די פראבלעם @העניך?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 276
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:11 am

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'איז ממש סכנות נפשות צו לאזן זייערע טויזענטער קינדער און מענער אינדערהיים חדשים לאנג אן קיין טעלעוויזיע, מאוויס אדער אנדערע אינטערטעמענט. כאפסט נישט די פראבלעם @העניך?
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20210304-101106.jpg
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 11:33 am

צפור בודד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:It's getting nasty

אז דאס איז נאסטי זאג מיר וואס איידל איז.

זי רעדט שטותים און הבלים און זוכט פון אונטער דער ערד מסביר צו זיין אונזערע משונה'דיגע הויכע טויט-נומערן וואס זענען פעסטגעשטעלט אין נ"י, ארץ ישראל, ענגלאנד און בעלגיע. און וואס האט זי צו זאגן? אפשר עקסידענטן ווייל אונז זענען מער ארויסגעגאנגען, און זי האט נאך א שיינע מעשה פון א שרעקליכער קאר עקסידענט. אזא קינדערישע טענה דארף בכלל א תשובה? וויפל פראצענט מענטשן ווערן גע'הרג'ט אין עקסידענעטן? און פארוואס זענען אונזערע טויט נומערן געשטיגן אין פארגלייך מיט אונז אליין פאראיאר?

אויך דערמאנט זי די ען עי. נו, אז אונז האבן א געוויסער די ען עי וואס מאכט אונז מער עלול צו שטארבן דארף מען דאך ערשט זיך היטן נאך אסאך מער ווי אנדערע, איז פארוואס האבן מיר ווי צו להכעיס זיך דווקא איינגעזאמלט? דער וועקער האט אויך בעיקר גערעדט פון טויט. דער פאקט איז דאך אבער אז מיר זענען אויך פיל מער אנגעשטעקט געווארן איז וואס האט דאס מיט די ען עי?

וואס טענה'ט זי בכלל? אז ס'איז נישטא קיין מגיפה? אז די מגיפה הרג'ט נישט? אז די מגיפה גייט נישט אריבער פון מענטשליכע קאנטאקט? טאמער איז זי נישט מקבל די דריי פאקטן איז זי אינגאנצן מטורף און א שאד דער צייט איר אויסצוהערן. ווייטער אז זי איז דאס יא מקבל איז פארוואס וויל זי נישט מקבל זיין דער פשוט'סטער הסבר פאר אונזערע נומערן? מיר האבן אנגעהאלטן מיט גרויסע זאמלונגען ממילא זענען מיר מער אנגעשטעקט געווארן און ממילא מער געשטארבן. אז דאקטאר פאוטשי איז נישט "תורת משה", איז ווער יא? אירע וועבזייטלעך פון קאנספיראציע מטורפים?

דער אמת'ער ענה לכסיל כאוולתו איז אבער אויף איר פסיכיאנאליז. דער וועקער וויל זיך חנפ'נען צו ליבעראלע ווי דער נ"י טיימס וכיוצא בהם. דאס הייסט אז דער וועקער מיט א צירקולאציע פון, לאמיר זאגן אפטימיסטיש, צוויי אדער דריי טויזנט, געשריבן אויף אידיש און פארקויפט פאר א מיעוט שבמיעוט פון חסידים, האט אפגעשריבן זעקס קאפיטלעך כדי זיך צו מה יפית'ן פאר א צייטונג וואס ווייסט נישט בחייכון פון זיי צו זאגן. און זי האט נאך א תנא דמסייעא פון דזעימס באלדווין וואס ער האט געזאט איבער אפריקאנער אמעריקאנער. יאפ, אין בכלל אלא מה שבפרט, און אומגעפער אזוי שכל'דיג איז דער גאנצער פאדקאסט.

דער וועקער האט איר איידלערהייט געענטפערט. ווייל אז מען גייט שוין פסיכיאנאליזירן, אפשר איז זי ווי דער באקאנטער טיפ וואס קומט צוריק מיט אן "עתה ידעתי", זי האט שוין אלעס געזען און זי די גרויסע מבינ'טע וועט אונז איצט דערציילן ווי געווינטשן מיר זענען. אדער דער תמות נפשי מות ישרים טיפ וואס נאך אונז ווייזן א פייג קומען זיי צוריק ווען זיי ווערן עלטער און ווייזן מיט א כשר חזיר פיסל אז דאס פינטעלע איד פלאטערט נאך ביי זיי. נאר א ביטערער איראניע ווען זי קומט אונז פארטיידיגן אויף אונזער, נישט איר, תמות נפשי וואס אונז און אונזערע מנהיגים האבן גורם געווען בידים.

און אז מיר זוכן מאטיוון, זי האט דאך א טור ביזנעס פון נעמען טוריסטן קיין וו"ב. זי ווייסט פונקט ווי אונז אז די מלאכי חבלה דארט קענען איר שווער מאכן דאס לעבן, איז אפשר דאס שמור לי ואשמור לך. איך וועל ענק באשוצן אפילו ווען ענק האבן אנגעברענגט אז זיידעס זאלן פאלן ווי פליגן און ענק לאזט מיך געמאך ווייל איך בין דאך אויך משלנו.

אז איר האלט דאס איז שוין בגדר קאנספיראציע, האט זיך דאך אונז אהערגעברענגט, און אז ס'טויג פאר איר קען עס פונקט אזוי טויגן פאר אונז.


דיין תגובה איז נעסטי.

איך האב רחמנות אויף די אויפגעקלערטע חברה, קענען זיך נישט אן עצה געבן מיט איר נעבעך.

אויף דער קליינע סעמפל פין פופצען מענטשן איז זי נישט גערעכט? אוי צו זי איז גערעכט. מען מאכט תירוצים און מען דרייט א קאשע אז דאס נוצט מען נאר פאר א ראי' אז, אז? אז? אז מען קען שרייבן דעמאגאגיע שרייבט מען ַַדאס איז דער אמת'ער תירוץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 12:01 pm

אישתישבי, ביסט א טראל. זוכסט ניטאמאל צו מאכן דעם אנשטעלן אז דו פרובירסט זיך צו טענה'ן מיט סובסטאנץ. אטאקירסט מיט לשונות של גנאי מיט'ן איינציגסטן ציל אויסצושעפּן דעם צד השני. ס'איז נישט פעיר פאר די נושא וואס ווערט דעבאטירט, און ס'איז נישט פעיר פאר דער פלאטפארמע. דאס טוט נאר איינער וואס איז צו שוואך פארצושטעלן א קאָהערענט צד, נאר פרובירט יענעם צו גענוג פארדרייען א קאפ ביז ער וועט האפנטליך שטיל ווערן.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:27 pm

אנטשולדיגט, אבער די מעגסט דיך גוט שעמען אז ווען די האסט נישט וואס צו ענטפערן נוצט די דער טראל מהלך.

ביסט א יושב חושך בלייב אין דיין פינסטערניש.

און בדרך אגב, א שקרן

אטאקירסט מיט לשונות של גנאי


נישטא קיין גנאי.

די ניצט לשונות של דופי. ווייל דאס איז וואס די ביסט א ליגנער און א טראל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3086
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך עובדיה » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 4:45 pm

זייער א גוטע ריספאנס, וועקער סטאנדארט.
פון די אנדערע זייט ברענגט זי למעשה ארויס גוטע נקודות פארוואס די דאטע איז נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט, און ס'איז נישט קיין עכטע פארגלייך צו די דאטע פון די CDC. די חילוקים זענען אבער גענוג גרויס אז מ'זעהט היבש קלאר אז די היימישע עולם האט געליטען אסאך מער פון ניו יארק אין אלגעמיין, וואס כאטש ס'מאכט סענס אז דאס וואס אונז האבן גרויסע משפחות און אונזער אייגנארטיגע לייף סטייל מאכט אויך אסאך אויס, איז שטארק מסתבר אז דאס איגנארירן די מינימום זהירות האט אסאך צוגעגעבען צו אונזער הויכער טויט צאל.
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 1:52 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:12 pm

איש תשבי לויפט ארום פון אשכול צו אשכול איינטיילן ווער עס מעג זיך אביסל שעמען און ווער עס מעג זיך גוט שעמען (עי' אשכול קינדליין) און ווער עס מעג זיך זייער גוט שעמען, און נאך דעם ווערט ער באליידיגט ווען מ'זאגט אז ער איז א טראל. ר' איד, קיינער דארף דיך נישט איינצוטיילן ווען און וויפיל זיך צו שעמען, אדער פיר א שמועס ווי אן ערוואקסענער בחור, אדער קריך אראפ פון די געהירן. א דאנק.
לענין, איך האלט אויך אז וועקער האט זייער גוט און רעספעקטפול געענטפערט הגם די שמועסן זענען אויף אנדערע רעלסן, דער וועקער קומט מיט לאגיק און הארטע ציפערן און זי קומט מיט זייער א humane און אפשר אפילו פעמיניען הארציגע צוגאנג (סארי פאר'ן זיין א סעקסיסט) וואס האט ווייניגער מיט שכל און מער מיט הארץ.

צום ביישפיל, ס'איז כדאי אויסצוהערן איר לעצטע פאדקעסט ווי זי רעדט ארום מיט א מורא'דיגע אש קודש (באמת) און געפיל איבער עמפאטיע, זי צענעמט די גאנצע געשיכטע אויפ'ן פראנטעיר עירליין און מאכט א קאמפעלינג און סטאונטש ארגומענט ווי אונזער סוסייעטי ווערט אלץ מער און מער געפילן-לאז און מ'רעכנט זיך נישט מיט קיינעם און גארנישט. זי האט זייער שטארקע טענות פארוואס זי גייט נישט קיין מאסק און ווי די גאנצע סוסייעטי איז נאר דא צו באקריוודען און באצווינגען דעם מענטש צו טון זאכן וואס דער מענטש וויל נישט און האלט נישט פאר ריכטיג און אן קיין שום געוויסן ביסן.
אירע טענות קומען זיכער פון א אמת'ע און עמפאטישע פלאץ און ס'איז זייער שווער זיך צו טענה'ן דערויף. אבער פון דער אנדערער זייט, ווען מ'ברענגט אביסל לאגיק, מוז מען זאגן פאר עמפאטיע פה תהא קאי, דא מוזטו בלייבן שטיין, און ס'איז טאקע זייער טרויעריג ווען אינפארסירן וויכטיגע רעגולאציעס ברענגט צו הארטנעקיגקייט אבער ביז ווי גיי איך נעמען די טענה. דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס אדער דער מענטש וואס וויל דורכפארן דעם רויט לייט?
בכל פנים ואופן, ס'איז זייער שווער צו פירן א דעבאטע ווען צוויי מענטשן קומען פון צוויי אנדערע קוק ווינקלען וואס כ'וואלט יא גע'עצה'ט איז פאר ביידע צדדיים אויסצוהערן מיט רעספעקט וואס דער אנדערער זייט און זוכן פלאכע ערד וואו מ'קען זיך יא פאראייניגן און נענטער קומען ווי איידער זיך דערווייטערן און פארמערן צעטיילונג.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 854 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:18 pm

רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

יא! וואס גייט דיר אן וואס איך טוה ביי מיר אין קאר?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4188
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3441 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:19 pm

עובדיה האט געשריבן:פון די אנדערע זייט ברענגט זי למעשה ארויס גוטע נקודות פארוואס די דאטע איז נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט

זי ברענגט ארויס שטארק' אויב די נאמבערס זענען נישט statistically significant איז דאס נישט נאר "נישט ממש הונדערט פערצענט אקוראט"
נאר פשוט ליצנות געמאכט פין די ליינער!

די ריספאנס:
תירוצים שונים פארוואס מיר האבן נישט געקענט טון בעסער!
מיר האבן נישט פארלאנגט א טאטל לאק-דאן!
אינז האמער גארנישט מיט די טיימס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום פרייטאג מערץ 05, 2021 10:02 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2735
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1209 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:41 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

יא! וואס גייט דיר אן וואס איך טוה ביי מיר אין קאר?

איז נישט די דעפיניציע פון עמפאטיע דאס גופא אז עס גייט מיר יא אן וואס יענער טוט ביי זיך אין קאר און איך פראביר אים צו העלפן אפילו ווען ער פארשטייט נישט?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1372 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג מערץ 04, 2021 5:49 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דארף איך עמפאטיע צום מענטש וואס וויל נישט אנטון קיין סיט בעלטס?

איך ווינדער זיך אויף רביה"ק איך פה קדוש יאמר דבר זה? די וואונדן און נאכפאלגען פון א עקסידענט וואס וואלט געקענט פארמיטען ווערן מיט א סיעט בעלט, אפעקטירט ערשטע הילף, האספיטאל איינגעשטעלטע, פאמיליע, פריינד, ועל כולם סיטיזענס שטייערן געלטער וואס גייט פאר די מעדיקעל סערוויס אין הילף פאר נויט באדערפיגע.
און עולם התיקון וואלט מען ווען מען געמעגט מער זיך רעכענן מיטן יוצא מן הכלל, ביי איינעם למשל וואס גייט נישט אן די אויבענדערמאנטע חששות, פארדעם זעמער דאך מתפלל אור חדש על ציון תאיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בענדזשאמין פרענקלין אום דאנערשטאג מערץ 04, 2021 8:44 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3027 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט