בלאט 1 פון 1

א תּוֹרַת חַיִּים אויך פאר געבוירענע חסידים

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:39 am
דורך העניך
אין דעם נייעם וועקער (19) האב איך געשריבן אן ארטיקל מיט'ן נאמען "א תּוֹרַת חַיִּים אויך פאר געבוירענע חסידים" וואס איז אונטער דער השראה פון די נייעס אז א חסידישע פרוי אין מאנסי איז געווארן א דאקטערשע.

דער ארטיקל פאנגט זיך אן מיט א מעשה וואס איז דערציילט געווארן דורך ר' אברהם מרדכי מלאך בנוגע חינוך הבנים, און ברענגט ארויס א נקודה וואס איז נוגע אונז אלע.

האסט עס שוין געלייענט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:04 am
דורך עמעזאן
א יישר כח! דאס גיט מיר א שטופ צו קויפן, דוכט זיך מען האט נישט ארויסגעשטעלט א מפתח דאס מאל

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:07 am
דורך העניך
כ'האב הנאה צו הערן. וועלכער חלק שטופט דיר צו קויפן, די טעמע, ר' אברהם מרדכי מלאך, אדער אז איך האב געשריבן ;) ?

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:09 am
דורך מצפצף
עמעזאן האט געשריבן:א יישר כח! דאס גיט מיר א שטופ צו קויפן, דוכט זיך מען האט נישט ארויסגעשטעלט א מפתח דאס מאל

מען האט יא

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:12 am
דורך וויליאמסבורגער
עמעזאן האט געשריבן:א יישר כח! דאס גיט מיר א שטופ צו קויפן, דוכט זיך מען האט נישט ארויסגעשטעלט א מפתח דאס מאל

בילד

פון דא
viewtopic.php?p=480723#p480723

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:33 pm
דורך העניך
אויף וועקער'ס טעלעגראם טשענעל זע איך אז איינער האט שוין געלייענט מיין ארטיקל... שיינער בריוו.

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:17 pm
דורך עמעזאן
העניך האט געשריבן:כ'האב הנאה צו הערן. וועלכער חלק שטופט דיר צו קויפן, די טעמע, ר' אברהם מרדכי מלאך, אדער אז איך האב געשריבן ;) ?

קודם דיין שריפט איז מיר א פארגעניגן בפרט ווען עס איז א לימוד אויף למעשה וביותר ביי חינוך הבנים והבנות

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 9:44 am
דורך העניך
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט, @עמעזאן. אבער די נקודה פונעם ארטיקל איז נישט חינוך, נאר וועגן די באציאונג פון מורי דרך צו ערוואקסענע. צוצוקומען צום פוינט פאנג איך אן מיט א שיינע חינוך-נקודה פון הרב מלאך.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:13 pm
דורך תרמב
ערעב העניך אדאנק פארן ארטיקל, זייער שיין אראפגעלייגט, און זייער א שטארקע און אמת’ע נקודה,
למעשה האב איך געטראכט אז א בעל תשובה האט טאקע די פריוויליגיע פון די תורת חיים אבער פון די אנדערע זייט קאסט עס זיי א פרייז אין די געזעלשאפט ווי למשל אז סאיז זיי שווערער שידוכים ווייל זיי זענען אנדערש.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:07 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך קען זיך נישט משדך מיט א בן-אחר-בן טייטלבוים. פון די אנדערי זייט קען טייטלבוים זיך נישט משדך זיין מיט מיר. אונז האב מיר עס שווער? ער טרעפט זיך א פאסיגע שידוך און זיין סירקל פון בעל תשובה אדער מאדערנע אידן (וואס וויל נישט מיך און דיר).
וואס איז די אבסעסיע מיט מורא האבן פון שידוכים. יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער. און קיין איין שמויגער דארף נישט צוויי.

@העניך'ס ארטיקעל דארף מען ליינען צוזאמען מיט @קטלא קניא'ס בריוו אין די וועקער. צוזאמען גיט עס א קיצעל און וועקט אונז אויף פון די שידוכים tunnel vision. דער סקווערער בחור קען זיך נישט ארויס זען פון די שידוך נעץ וואס זיין עלטערן האבן אים פארכאפט. נעבעך.

שכויעך העניך, הערליך!

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די חילוק איז נאר אז דער טייטלבוים פרובירט נישט זיין א יאקאבאוויטש און דעם יאקאבאוויטש אינטירעסירט נישט דעם טייטלבוים לעבן, משא״כ דער בעל תשובה פרובירט זייער שטארק זיין עפעס וואס ער איז נישט און דערפאר פראסקעט איהם עס אין פנים אריין איינמאל און נאכאמאל און דער פאנאטיק כאפט נעבעך נישט דעם מעסעדש. ווי יענער ספרדישער בחור וואס האט געוואלט גיין לערנען ביי רבי אברהם יהושע אין ישיבה, אויפ׳ן פראגע פונעם ראש ישיבה פארוואס ער גייט נישט אין א ספרדישע ישיבה האט דער בחור געזאגט אז ער וויל לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה, האט איהם רבי אברהם יהושע געזאגט ״איך וויל אויך לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה…״ ודפח״ח

הודעהפורסם: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 8:05 am
דורך ליב צו וויסן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די חילוק איז נאר אז דער טייטלבוים פרובירט נישט זיין א יאקאבאוויטש און דעם יאקאבאוויטש אינטירעסירט נישט דעם טייטלבוים לעבן, משא״כ דער בעל תשובה פרובירט זייער שטארק זיין עפעס וואס ער איז נישט און דערפאר פראסקעט איהם עס אין פנים אריין איינמאל און נאכאמאל און דער פאנאטיק כאפט נעבעך נישט דעם מעסעדש. ווי יענער ספרדישער בחור וואס האט געוואלט גיין לערנען ביי רבי אברהם יהושע אין ישיבה, אויפ׳ן פראגע פונעם ראש ישיבה פארוואס ער גייט נישט אין א ספרדישע ישיבה האט דער בחור געזאגט אז ער וויל לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה, האט איהם רבי אברהם יהושע געזאגט ״איך וויל אויך לערנען אין אן אשכנזישע ישיבה…״ ודפח״ח


שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט.... :lol:

הודעהפורסם: מיטוואך סעפטעמבער 08, 2021 9:59 pm
דורך מי אני
זייער זייער א שטארקע פונקט! ייש״כ @העניך.

כ׳האב געקלערט בנוגע די טעזע און טיטל פונעם ארטיקל אז מ׳דארף געדענקען אז ס׳דא דעם געדאנק פון ״ובחרת בחיים״ - מ׳דארף געדענקען אז מ׳דארף יעדן באטראכטן ווי זיי האבן ווען בעצם א ״בחירה״ אויף אָנצוהאלטן דאס לעבנסשטייגער און זענען נישט סטאָק וממילא באדארף דאס אויך צו זיין פאר זיי א ״תורת חיים״.

הודעהפורסם: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 9:09 pm
דורך פרייוויליג
געהאט אן אויסטערלישע קורת רוח ביים ליינען דעם ארטיקל, כאב עס פארגעליינט ביים יום טוב'דיגן טיש.

שארפע דברי מחשבה.

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 3:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט.... :lol:

כ׳האב מורא אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען, כ׳האב חס ושלום נישט געמיינט אוועקצומאכן ספרדים. אז מ׳רעדט פון קולטור האב איך מער ליעב די ספרדישע פיקאנטע און שארפע עסן ווי די אשכנזישע זיסע עסן, ווי אויך איז די בריסקע דרך הלימוד גארנישט עפעס אויסטערליש אז א ספרדי זאל זיך פילן מינדערוויכטיג פאר דעם. אויסער דעם זעה איך נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די לאטיין-אמעריקאנע קולטור און וואו ס׳קומט אהער, סך הכל וואס זיי האבן איז קארופטירטע רעגירונגען וואס אמעריקאנע אויסערן-פאליסיס האבן געברענט צו די מאכט און די קלוגע ספאניאלאס טראכטן אז אויב אמעריקע איז אזוי מעכטיג זיי צו קענען אזוי חרוב מאכן זייערע לענדער זענען זיי אויך גענוג מעכטיג זיי צו קענען העלפן פון די זעלבע מכה וואס אמעריקע אליינס האט אויף זיי אנגעברענגט, ואם אתה מאמין שאפשר לקלקל וודאי אפשר לתקן. סך הכל וואס כ׳האב געזאגט איז אז איינער וואס אקצעפטירט נישט ווער ער איז קען ער נישט פארלאנגען אז אנדערע זאלן איהם אקצעפטירן, איך זאג פאר׳ן בעל תשובה, אויב ווילסטו נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה איז דאך א קל וחומר אז אן FFB וויל נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה. מה נפשך, אויב אקצעפטירסטו וואס דו ביזט קענסטו זיך דאך משדך זיין מיט דיינ׳ס גלייכן, אז נישט וואס ווילסטו פון יענעם? און איך האב עס צוגעגליכן צו געוויסע ספרדים וואס פרובירן געפעלן פאר אשכנזים. ס׳דא אסאך בעלי תשובה וואס האבן טאקע איינגעזעהן אז זיי באלאנגען נישט צווישן היימישע אידן און זיי האבן זיך געמאכט אייגענע קהילות, אליעזר ברלנד צ.ב., דערנאך איז ער געווארן אזוי פאפולער אז אפילו היימישע גייען זיך בוקן צו איהם, אזא מענטש קוק איך ארויף.

הודעהפורסם: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 3:50 pm
דורך יהורם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:lol:

אליעזר ברלנד צ.ב.

אינטערסאנט איז צו אויפמערקן אז אליעזר בערלאנד איז א אשכנזי פון ביידע זייטן, ער שטאמט פון טאהש און פון חעלם. ער איז אן ערשטער קוזין מיט די סאטמארע סטרולאוויטשעס... שוין גארנישט קיין ספרדי, זיין ווייב איז א תימנ'ע.

הודעהפורסם: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:18 pm
דורך העניך
אקעי, נחזור לענינינו.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 5:12 pm
דורך ליב צו וויסן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך טענה אז אימיגראציע אין אמעריקע איז פון די איינציגסטע זאכן אויף וואס ביידע זייטן עגריען.
ביידע זייטן האלטן אז וואונען אין א לאטיין אמעריקאנער קולטור איז נישט גוט.... :lol:

כ׳האב מורא אז דו האסט מיר שלעכט פארשטאנען, כ׳האב חס ושלום נישט געמיינט אוועקצומאכן ספרדים. אז מ׳רעדט פון קולטור האב איך מער ליעב די ספרדישע פיקאנטע און שארפע עסן ווי די אשכנזישע זיסע עסן, ווי אויך איז די בריסקע דרך הלימוד גארנישט עפעס אויסטערליש אז א ספרדי זאל זיך פילן מינדערוויכטיג פאר דעם. אויסער דעם זעה איך נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די לאטיין-אמעריקאנע קולטור און וואו ס׳קומט אהער, סך הכל וואס זיי האבן איז קארופטירטע רעגירונגען וואס אמעריקאנע אויסערן-פאליסיס האבן געברענט צו די מאכט און די קלוגע ספאניאלאס טראכטן אז אויב אמעריקע איז אזוי מעכטיג זיי צו קענען אזוי חרוב מאכן זייערע לענדער זענען זיי אויך גענוג מעכטיג זיי צו קענען העלפן פון די זעלבע מכה וואס אמעריקע אליינס האט אויף זיי אנגעברענגט, ואם אתה מאמין שאפשר לקלקל וודאי אפשר לתקן. סך הכל וואס כ׳האב געזאגט איז אז איינער וואס אקצעפטירט נישט ווער ער איז קען ער נישט פארלאנגען אז אנדערע זאלן איהם אקצעפטירן, איך זאג פאר׳ן בעל תשובה, אויב ווילסטו נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה איז דאך א קל וחומר אז אן FFB וויל נישט חתונה האבן מיט א בעל תשובה. מה נפשך, אויב אקצעפטירסטו וואס דו ביזט קענסטו זיך דאך משדך זיין מיט דיינ׳ס גלייכן, אז נישט וואס ווילסטו פון יענעם? און איך האב עס צוגעגליכן צו געוויסע ספרדים וואס פרובירן געפעלן פאר אשכנזים. ס׳דא אסאך בעלי תשובה וואס האבן טאקע איינגעזעהן אז זיי באלאנגען נישט צווישן היימישע אידן און זיי האבן זיך געמאכט אייגענע קהילות, אליעזר ברלנד צ.ב., דערנאך איז ער געווארן אזוי פאפולער אז אפילו היימישע גייען זיך בוקן צו איהם, אזא מענטש קוק איך ארויף.


איי איי איי האסטו/איך אריינגעביסן...
מען קען עפענען א באזונדערע אשכול דערויף.

אין א Nutshell:
ס'איז זייער גרינג און געשמאק צו באשולדיגן די אמעריקאנער רעגירונג אויף אלע פראבלעמען אין דרום אמעריקע..
ס'איז אבער זייער א קורצזיכטיגע טענה, און ענדלט שטארק אין די טענות וואס אונזער עולם האט אויף די עסקנים ביי סיי וועלכע פראבלעם.

די (כלליות'דיגע) קולטור אין לאטיין אמעריקע איז גאר א קאלעקטיווע און נישט אידווידואליסטיש, דאס
איז גורם מערערע פראבלעמען (אריינגערעכנט די מאפיא ואכמ"ל).