מי אני האט געשריבן:אין די "א ווארט פון דער רעדאקציע" קאלומן אינעם יעצטיגן וועקער אנטאלאגיע 2 שרייבט @דער וועקער:די mission statement פון @דער וועקער. ונשנית אין אנדערע נומערן - cf צב"ש נומער 8 וואו זיי ברענגען ארויס אז די ליינערשאפט דערצו עקזיסטירט אומאפהענגיק צי דער וועקער איז דא צי נישט.עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע. די שאלה בלייבט צי זאל אייער אינטעלעקטועלער ברודער אדער שוועסטער, זון אדער אייניקל, לעבן אין איינזאמקייט, און אפשר אפילו פארלוירן ווערן אין דעם אינטערנעט'ס שטורעם-ווינט פון געדאנקען, אדער זאל ער וויסן אז ער איז נישט אליין, עס זענען דא נאך אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס האבן ענליכע רצונות און שאיפות, און ס'איז דא א וועקער וואס דינט ווי א פלאטפארמע פאר יעדער דעה און יעדן געדאנק על דרך התורה.
א נשמה וואס לעכצט אויף חכמה און פארשטאנד, קען מען נישט דערשטיקן. די תורה האט אין זיך פיל מיינונגען און מחשבות, שיטות און אידעען, דער וועקער וויל פארברייטערן די וויסנשאפט פון די וואס זוכן אט די ברייטקייט, אין די ראמען פון תורה און אירע עיקרים. דאס איז אונזער ציל, אז דער אינטעלעקטואלער חסידישער איד זאל נישט שפירן אז ער דארף זיך אוועקרייסן פון זיינע שורשים, מיט שווערע נאכפאלגן ארום און ארום, צו קענען באפרידיגן זיין נשמה - מיר ווילן אז ער זאלן בלייבן ביי אונז מיט א לעבן פון צופרידנהייט און סיפוק.
דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס איך האב אויבן ארויסגעברענגט. ואיה"נ אז זיי באטאנען אז דאס אלעס דארף ווערן און ווערט אויסגעשמועסט אינערהאלב די ראמען פון תורה ודת, איז דארף מען אבער אנערקענען אז אט די ראמען זענען פיל ברייטער ווי מען שטעלט זיך פאָר מעיקרא, וואס דאס איז דאך טאקע די סיבה אז מאנכע פרומע האבן טענות קעגן @דער וועקער און ווי זיי ברענגען ארויס. וכנ"ל בדברי @עקפערימענטירער אז מ'האט נישט צו צייגן בעקיפין אז תורה ודת קען זיך טאקע נישט ספראווען אינטעלעקטשועלי מיט די אישׁוּס, וואס עס זאל נאר נישט זיין, און דאס איינציגסטע ברירה זי האט איז דאס אונטערצודריקן און דערשטיקן באלימות; אזא מהלך איז בפרט נישט גינסטיג וואו "עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע" וכנ"ל.
און ביי די געלעגענהייט וויל איך טאקע (נאכאמאל) אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר מערכת @דער וועקער פאר די געוואלדיגע אינטעלעקאשואלע חומר וואס זיי שטעלן צו, ווי אויך אין אלגעמיין אז די אויסגאבע טאקע עקזיסטירט בכלל, וואס איז אליינס א נחיצות לענ"ד און ווי איך האב דא ארויסגעברענגט.
שאלתיאל האט געשריבן:וויאזוי ווייס איך ווער האט געשריבן יעדער ארטיקל? ס'שטייט פיקטיווע נעמען.
דער וועקער האט געשריבן:אינהאלט
די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא
בת קול האט געשריבן:דער וועקער האט געשריבן:די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא
כרם זית האט געשריבן:@בת קול איז דאך נודאי בתיה קאלמאן (לכאורה א ווערטער שפיל פון בת קול).
ש. ביזעם איז לכאורה @ארי נוהם (השערה בעלמא געבויט אויף די אשכול).
ריכטיג האט געשריבן:מיין הרגש איז אז ארי נוהם איז נישט דער שרייבער פונעם בעלזער ארטיקל, היות עס קוקט מיר נישט אויס צו ווערן געשריבן דורך א געבוירענער בעלזער. איך בין חושד אדנירם (אויב מען מעג).
איך האב געטראכט פונקט פארקערט וויבאלד ער פראבירט אריינצווארפן דא דארט וועגן דער היינטיגער רב שליט''א. ענדערש זעט עס אויס ווי א ראצאנאליסטישע בעלזא חסיד.ריכטיג האט געשריבן:זיכער אזוי. אבער די ברייטע שפראך איבער בעלזא קוקט מיר נישט אויס ווי פון א געבוירענער. ואולי אני טועה.
ריכטיג האט געשריבן:איך בין יעקב משה ריכטער, סתם א ווערטער שפיל אויף "ריכטיג". פון די קאנטענט גלויב איך נישט אז איינער וואלט דאס צוזאמגעשטעלט, איך שרייב דאך כמעט נישט קיין היסטאריע אין שטיבל.
מיין הרגש איז אז ארי נוהם איז נישט דער שרייבער פונעם בעלזער ארטיקל, היות עס קוקט מיר נישט אויס צו ווערן געשריבן דורך א געבוירענער בעלזער. איך בין חושד אדנירם (אויב מען מעג).
צקון לחש האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:דער וועקער האט געשריבן:די אנטאלאגיע פארמאגט ארטיקלען, צווישן אנדערע, פון:
@בת קול
@מפוזרי
@בר-כוכבא
@שבת אחים
@ונבנתה העיר
@ריכטיג
@חכימא
@לייבל שטילער
@גראדעמעכעלע
@יצחק לאווי
@רויטע וואנצעס
@יצחק וואלד
@קטלא קניא
Ladies first
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט