אתם ראיתם - וועקער 12 / אנטאלאגיע 2

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אתם ראיתם - וועקער 12 / אנטאלאגיע 2

שליחה דורך דער וועקער »

אין די וועקער אנטאלאגיע וואס ערשיינט יעצט לכבוד פסח תשפ"ב איז פאראן א הערליכער מאמר פון ידידינו [tag]מפוזרי[/tag] וואס איז אריגינעל געדרוקט געווארן אין וועקער 12.

ס'האט אונז אריינגעשיקט א לייענער הרוצה בעילום שמו א בריוו ווי ער איז גערירט געווארן פון דעם ארטיקל, און אזוי ווי ס'איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף דעם ארטיקל, עפענען מיר דא דעם אשכול מיט'ן בריוו.

(דאס איז אויך א חיזוק אז אמאל שטרענגט מען זיך אן עפעס צו שרייבן, מען לייגט אריין דערין די הארץ און נשמה, און מען הערט נישט צוריק וויפיל מ'וואלט געוואלט צוריקהערן. אבער מ'ווייסט גארנישט וואס מ'טוט אויף און וויפיל שפעטער די ארבעט ברענגט נאך פירות.)

פאלגענד איז דער בריוו:

שלום וברכה, איך בין גאנץ ניי דא אין ק"ש און אויך צום וועקער, איך בין נישט אזוי באקאנט אין די כללים וואס מ'מעג פרעגן אין וואס נישט, (וואס גראדע איז אסאך מאל א גוטע זאך ווען מ'איז תמימותדיג און מ'שעמט זיך נאך נישט צו פרעגן!), איז ממילא פרעג איך.

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די וועקער, איך האב שוין געקויפט עטליכע פון זיי, און איך האף מיט די צייט צו קויפן אלע פון זיי און דורכליינען פון דעקל צו דעקל, די וואס איך האב שוין געליינט האב איך מוראדיג הנאה געהאט פון יעדע ארטיקל ממש ס'איז געווען ממש א נחת רוח למי שאמר לעולמו די, איז יישר כח און איר זאלט האבן הצלחה בהמשך מיטן ברענגן פאר כלל ישראל אזא זאך.

יעצט צום פונקט, איך האב נארוואס אנגעהויבן ליינען די פסח אנטאלאגיע, אין איך האב געליינט די שטיקל פון אבא וויינער "אתם ראיתם", לויט ווי איך זע איז עס שוין ערשינען אינעם וועקער 12, אבער איך האב עס יעצט געזען צום ערשטן מאל. איך מוז אייך זאגן ס'איז מיר ממש (כמעט) געקומען טרערן פון שמחה אין די אויגן, ווייל שוין א לענגער צייט וואס איך פרוביר צו טרעפן א מהלך אין אמונה וואס ארבעט פאר מיר, איך האב שוין געליינט אבטולמוס'ס ארטיקלן אויף אמונה פשוטה, הגם איך האב מוראדיג הנאה געהאט דערפון און עס האט מיך צוגעגעבן א טיפע פערספעקטיוו צו אמונה, אבער איט דידנט קליק מיט מיר (כעת, קען זיין עווענטולי וועל איך מוזן צוריקקומען דערצו), איך פארשטיי אז פאר יעדעם ארבעט עפעס אנדערש אבער פאר מיר איז עס נישט געווען גענוג, עס איז גראדע געווען פאר מיר א גוטע בעקאפ על כל צרה שלא תבוא, אבער כ'האב געוואלט עפעס וואס איך קען בעסער קאנעקטן מיט.

דערנאך האב איך געליינט יאיר'ס פארוואס גלייבסטו, און ונבנתה'ס פארוואס גלייבסטו, ביידע זענען שטארקע אייזענע יסודות, אבער כמעשהו בראשונה כך בשניה, אז ס'האט מיר אסאך ג'עפענט די אויגן אבער עדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי.

אבער יעצט ליינענדיג אבא וויינער מאמר האב איך געטראפן א מהלך וואס רעדט צו מיר, ס'איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים, שכל מיט געפיל וכו', דהיינו, מ'ווייסט אז ס'איז דא געוויסע שכלדיגע הוכחות אויף מציאתו יתברך און אויף מתן תורה און תורה שבע"פ באופן כללי, אבער נישט קיין חילוק וואס די לאגיק וועט זיין וועט אלעמאל בלייבן א מקום צו פרעגן אז אפשר נישט, און מ'וועט קומען מיט א טעאריע מסביר זיין פארוואס עס איז נישט קיין ראיה, און ס'וועט אלעמאל בלייבן ביי די מענטש באופן ספק קצת. און די זעלבע איז מיט געפיל, וויל אפי א מענטש וואס איז טאקע זוכה צו האבן די געפיל פון קדושה ביי כניסת השבת ווי ער ברענגט פונעם ספר החיים, אדער אנדערע שטארקע געפילן ביי אנדערע מצוות, איז קודם כל איז דאך לא כל הזמנים שווה צו מרגיש זיין, און צווייטנס דער מענטש אליין טראסט נישט אזוי ווייט די געפילן אויף א הונדערט פראצענט, איז ממילא דאס נישט גענוג.

אבער די צאמשטעל פון ביידע צוזאמען דאס געט פאר א מענטש גענוג שטארק די אמונה צו מקיים זיין תורה ומצוות, (עכ"פ פאר מיר לעת עתה).

און אוודאי קען זיין אז עס איז נישט פאר יעדעם די מהלך, אבער מיר האט עס ממש אריינגעשיינט א נייעם אור אין מיין אמונה.

איז וואס איך וואלט געווילט וויסן איז, צו דער אבא וויינער האט אן ניק אויף ק"ש ווי איך קען איהם קאנטעקטען און באדאנקען אין פרעגן אפאר שאלות, אדער אפשר גאר איז דאס א עכטע נאמען פון א מענטש וואס האט גאטס און קומט ארויס ברבים, און אז נישט, איז דא עפעס א וועג ווי איך קען זיין אין קאנטעקט מיט איהם, איך האב פשוט א שטארקע הכרת הטוב צו איהם און אויך האב איך אפאר זאכן וואס איך וויל אויסקלארן מיט איהם.

אנטשולדיגט אז כ'האב אביסל מאריך געווען דא (און אויך מקצר געווען והכל לפי המבייש והמתבייש), די סיבה איז ווייל קודם כל האב איך פשוט ארויסגעגעבן אביסל מיינע געפילן דא, און אויך ווייל איך ווייס אז ס'קען זיין אז ער וועט נישט וועלן זיין אין קאנטעקט איז כאטשיק קענט איר שיקן צו איהם וואס איך האב דא געשריבן.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר