אונזער/אייער אויסגאבע דער וועקער איז לעצטנס געשטאנען פאר א קריטישן ווענדפונקט נאכדעם וואס ס'איז געווארן שווערער פאר די עורכים ומגיהים אריינצולייגן אזויפיל צייט אין דעם הייליגן פראיעקט. דור הולך ודור בא, שרייבער און עורכים טוישן זיך, אבער דער וועקער מוז ווייטער אנהאלטן אלס די סאמע איינציגסטע פלאטפארמע וואס דער יהדות החרדית פארמאגט צו דרוקן לייען-מאטעריאל על דרך התורה וואס איז אפן פאר אמת וצדק און צו אונזער ברייטן ספרים-שאנק און אידישער היסטאריע.
דא עקא אז לאנגע יארן האבן מיר זיך פארלאזט כמעט בלויז אויף וואלונטירן, און כאטש צומאל האבן מיר געוואלט צוצאלן פאר רייכע ווערק איז עס גאר שווער אנגעקומען צוליב שתי סיבות שהן אחת. מיר האבן נישט געהאט קיין וועג וויאזוי צו שיקן פעימענטס אויף אן אנאנימען אופן; און אזוי אויך האבן מיר נישט געהאט קיין וועג וויאזוי די רעדאקציע זאל באקומען נדבות פון אונזערע טייערע לייענער און שטיצער צו קענען צאלן פאר די וואס ביישטייערן צום וועקער.
נאך אסאך ארבעט, איז ב"ה ענדליך געלונגען פאר טייערע אידן מאנ"ש צו גרונדן דעם אפיציעלן "קרן הרמב"ם", א פאָנד לע"נ דעם הייליגן רבן של ישראל זי"ע, וואס וועט דינען אויף צו קענען ארייננעמען נדבות פון אונזערע שטיצער, און צו קענען דורך דעם פאנד באצאלן פאר די וואס שרייבן פאר'ן וועקער, און זענען מרבה תורה ומחשבה, אמת וצדק, ביי כלל ישראל.
מיר האבן בדעה צו באצאלן פאר ארטיקלען וואס בארייכערן די לייענער מיט ידיעות, אינטערוויוס, באשרייבונגען, היסטאריע, פארש-ארבעט, פיקציע, וכדומה. מיר וועלן בע"ה צאלן ארום דעם מארקעט פרייז ביי היימישע אויסגאבעס.
אונזער פלאן איז יעצט ווייטער ארויסצוקומען בע"ה לכבוד חודש תשרי און חודש ניסן, און מיר האפן אז נדיבים בעם וועלן זיין גרייט זיך אונטערצונעמען בלי"נ א שיינעם סכום פאר יעדן נומער צו דעקן די הוצאות. א דאנק טייערע שטיצער האבן מיר שוין ב"ה צוזאמענגעשטעלט א גרויס חלק פון די נויטיגע פאנדס פאר'ן בעפארשטייענדן נומער פון תשרי תשפ"ג הבעל"ט. די גרייטקייט פון אונזערע טייערע לייענער און שטיצער אלעמאל אונז קעגנצוקומען מיט יעדן הילף גיט אונז דעם קאנפידענץ אז מיר וועלן אי"ה קענען באווייזן צוזאמענצושטעלן דעם נויטיגן סכום צוויי מאל א יאר.
ארטיקלען וואס וועלן אנגענומען ווערן דארפן זיין אריגינעלע ווערק, גוט געשריבן, און מיט א רעלאטיוו גוטן גראמאטיק. דער וועקער האט א באגרעניצטער סכום פון בלעטער און אונזער ציל איז אנצופילן יעדן בלאט מיט ארטיקלען וואס מ'קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש. סתם אלגעמיינע ידיעות וואס קענען געדרוקט ווערן אין אנדערע היימישע אויסגאבעס וועלן מיר נישט אננעמען - חוץ אויב ס'פארמאגט אייגנארטיגע אספעקטן וואס מאכט עס פאסיג דווקא פאר'ן וועקער.
אז איר האט א געדאנק צו שרייבן פאר'ן וועקער, און איר ווילט דערפאר באקומען באצאלט, רעקאמענדירן מיר אז איר זאלן אונז שיקן אן אימעיל און אנפרעגן צי עס איז פאסיג פאר'ן וועקער: vekerjournal@gmail.com