"וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער 19)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

"וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער 19)

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 12:42 pm

אזוי ווי איך זעה נאך נישט קיין אשכול פאר די ארטיקל אינעם וועקער "וילך שאול ואנשיו" וועגן די שפאלט אין גער נעם איך די מיה עס אליינס צו עפענען.

איך בין זייער זייער ווייניג באקאנט מיט גער און איך קען זאגן אז חוץ די נעמען "ר' שאול" און "ר' יעקב אלתר" האב איך גארנישט געוואוסט. די ארטיקעל האט מיר געגעבן א זייער ברייטע בליק אויף די היסטאריע פון גער און אלעס ארום, די די טייפ רבי'ס וואס אלע פריערדיגע רבי'ס זענען געווען אנגעפאנגען פון דעם אמרי אמת, בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, דער יעצטיגע רבי שליט"א און ר' שאול. באמת א גאר גוטע ארבייט מיט זייערע אסאך דעטאלן.

איין טענה וואס איך האב אז עס האט געפילט צו איינזייטיג לטובת ר' שאול. למשל, די ארטיקל טענה'ט אז ס'איז בזיונות אז אין די אפמאך האט דער פני מנחם אויסגערעכענט די נעמען פון די היינטיגע רבי'ס קינדער אז ער וועט זיי דארפען געבן כבוד, אבער נישט די אייגענע קינדער. איך מיין אז ס'איז פשוט וואס יעדער פארשטייט אז דער פרי מנחם - וואס ער איז דער רבי, גייען זיינע קינדער באקומען כבוד. ס'איז נאר בנוגע די קינדער פון ר' יעקב ארי' וואס מ'האט געדארפט זיך אויסנעמען.

די זעלבע זאך ווינדער איך מיר אויב דער פני מנחם האט בכלל איינגעהאלטן די אפמאך. נאך אלעם זעען מיר אז ער האט געשטעלט זיין זוהן ר' שאול אלס ראש ישיבה פון שפת אמת. האט ער אויך געגעבן בכבוד'דיגע פאסטענעס פאר די קינדער פון ר' יעקב ארי'?

די ארטיקל שרייבט צווישן די שורות אז דער היינטיגע רבי האט בשעת דער פני מנחם איז געוועהן רבי געפירט א אייגענע ווירטשאפט, כאטש זיין פעטער איז געוועהן רבי. איך בין זיכער אז די גערע טענה'ן די זעלבע זאך קעגן ר' שאול, נישט פון יעצט נאר פון אלע יאהרן. און קעגן ר' שאול איז עס א גרעסערע טענה, ווייל ער דארף בכלל נישט זיין רבי נעקסט, משא"כ ר' יעקב ארי' האט סיי ווי געדארפט זיין רבי נאכ'ן פני מנחם.

בקיצור, איך וויל זאגן א ישר כח פאר די שרייבער'ס פונעם ארטיקל (פיר שרייבער'ס!) פאר'ן צאמנעמען אזויפיל מאטריאל און מיך געבן אזא ברייטע בליק. אזוי אויך די צענדליגע בילדער און צענדליגע הערות וואס גייען נאך אריין טיפער אין די זאך.
בייגעלייגטע פיילס
lkdsf.JPG
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1243
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 2:42 pm

כ'האב זייער הנאה געהאט פון דעם מאמר. איך האב געשפירט אז ס'איז יא באלאנצירט, בעיקר ווייל אויף ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיין צד שני. אין דעם ביכל "הקבוצה השלישית" וואס גער האט ארויסגעגעבן שטייט גארנישט אז ר' שאול זאל האבן איינעם בא'עול'ט. ס'איז אלעס די לעכערליכע באשולדיגונגען אז ר' שאול איז אן אפיקורס און א משכיל וכו'.

איראניש אז כ'בין אוועק פון דעם ארטיקל מיט א בעסערן בליק אויף דעם גערער רבי'ן ווי כ'האב געהאט פריער. כ'האב בכלל נישט געוואוסט אז ער איז געווען א בן עליה און תלמיד חכם. כ'האב אייביג געמיינט אז ער איז געווען א ביזנעסמאן וכו'.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 770
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3346 מאל

הודעהדורך לייבל שטילער » מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 9:05 pm

וואו קען מען ליינען דאס ''הקבוצה השלישית''?
''מעיד אני עלי שמים וארץ, בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך חתם סופר » זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:47 pm

א חשוב'ע איד זעהט אויס א ביישן, האט מיר אריינגעשיקט אין אישי א ענטפער אויף מיינע הערות:
מ'דארף נישט זיין קיין חכם צו זען אז אין דעם "אפמאך" פון די פני מנחם איז עס נישט מער ווי ארויסגעצווינגן, די שפראך, דאס וואס ער רעכענט אויס די נעמען פון יעדער פון דעם רבי'ןס קינדער, ווי אויך שוואגערס און געוועזענע שוואגערס...

די עיקר פון דעם "אפמאך איז געווען בנוגע כיבודים אין בית מדרש, וואס דאס איז טאקע אפעגעהיטן געווארן אלע יארן [ווי אויך דאס אפגעבן האלב פון די מעמדות פאר די משפחה פון די לב שמחה]. דאס שטעלן זיין זון אלץ ראש ישיבה, איז גווען פשוט ווייל ער איז געווען ראוי לאותו איצטלא. מה שאין כן דעם רבינ'ס קינדער וואס קיינער איז נאך היינט נישט ראוי פאר דעם.
[איינער האט דעם יאר געקריגן דעם טיטל ראש ישיבה, פשוט צו בעולה'ן ר' שאול וואס רופט זיך אזוי, און רופן דעם זון ראש ישיבה איז נאר נאך א ארייבט פון יארן לאנג פון אראפוואפן די ישיבות צום גרונד ממש, אזש אז א ראש ישיבה דארט היינט דארף קיינמאל נישט זאגן קיין שיעור אדער בכלל קענען עפעס לערנען]

דו שרייבסט אז די רבי איז געווען א תלמיד חכם. עס איז שווער אביסל די הגדרה. ער איז טאקע געזיצן אלע יארן בין כותלי בית המדרש. ער קען משנה ברורה, מדרש רבה, אסאך גמרות. אבער נישט מער. ער איז א אינעטערסנאנטע סארט תלמיד חכם. ער קען רעדן עניני הלכה, אבער נאך פון משנה ברורה ארויס. שווער צו גלייבן אז ער האט אמאל אדורך געלערנט א תשובה אין ר' עקיבא אייגר אדער חתם סופר.
זיין גאנצע מהלך הלימוד איז אויסגעוואקסן און זיך אנטוויקלט מיט די שוין ביים פירן. קיין איינער פון זיינע קינדער זענען נישט אויסגעשטיגן אין זיין מהלך הלימוד.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1243
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 9:22 am

איז דא א מעגליכקייט צו באקומען בלויז דער ארטיקל אלס א pdf?
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
תפוח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:03 am

איך וואלט אויך געווילט?
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:08 am

פארוואס זאלט עטץ נישט באצאלן נארישע צעהן דאלער פאר אזא גרויסע ארבייט??

גראדע האב איך געזעהן ארומפארן אין וואטסעפפ/טעלעגרעם א PDF סקען פון די ר' שאול ארטיקעל. איך מיין אז ס'איז מענטשליך אז ווער ס'האט עס און האט הנאה זאל אויך קויפן און באצאלן פאר עס פינקט ווי איינער וואס הערט א גע'גנבעטע סידי.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1243
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 992 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:30 pm

את חטאי אני מזכיר, איך קויף דער וועקער אבער איך וויל עס נישט נעמען אין ביהמ"ד צו ליינען יוה"כ. די ארטיקל וואלט איך ארויסגעדרוקט צו קענען ליינען יוה"כ בין גברא לגברא.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
תפוח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך סעגאל » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:49 pm

וואס איז די חטא אז די קויפסט דעם וועקער. אדער אז די שעמסט זיך דערמיט?
סעגאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך בת קול » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:13 pm

איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און זיך באקענען מיט גור.
איך קען נישט קיין פאקטן, אבער געליינט האט זיך עס אמת'דיג.

איך האב נאר געטראכט אויב אזא ארטיקל פאסט זיך מער פאר א פארום אין קאווע שטיבל, ווי אן ארטיקל אינעם היינטיגן וועקער.
פשוט אויב עס פאסט פארן וועקער צו דריקן איבער אזא פארשעמטן מחלוקה.
(אויב עס זעהט אויס גוט פארן וועקער, אדער ווי דער איד אדער די בלאט וואס פלעגט דריקן יעדעם'ס שמוץ.)

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, אבער איך וואונדער זיך וואס איז דעם מיינונג פון אנדערע דעראויף.
.There is a voice that doesn’t use words
.Listen
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1169 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

הודעהדורך תפוח » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 2:35 pm

סעגאל האט געשריבן:וואס איז די חטא אז די קויפסט דעם וועקער. אדער אז די שעמסט זיך דערמיט?
אז איך שעהם זיך עס צו ברענגן אין שוהל.
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
תפוח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 4:54 pm

בת קול האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, און זיך באקענען מיט גור.
איך קען נישט קיין פאקטן, אבער געליינט האט זיך עס אמת'דיג.

איך האב נאר געטראכט אויב אזא ארטיקל פאסט זיך מער פאר א פארום אין קאווע שטיבל, ווי אן ארטיקל אינעם היינטיגן וועקער.
פשוט אויב עס פאסט פארן וועקער צו דריקן איבער אזא פארשעמטן מחלוקה.
(אויב עס זעהט אויס גוט פארן וועקער, אדער ווי דער איד אדער די בלאט וואס פלעגט דריקן יעדעם'ס שמוץ.)

איך האב גראדע הנאה געהאט צו ליינען, אבער איך וואונדער זיך וואס איז דעם מיינונג פון אנדערע דעראויף.

יעדער איינער האט א אנדערע שורש נשמה, יעדער האט ליב עפעס אנדערש, א געלונגענע אויסגאבע ווייסט וויאזוי צו באלאנסירן אז יעדער זאל זיין צופרידן, ס’דא וואס גלייכן די מעשה’לעך ס’איז דא וואס גלייכן מיימונ’ס ליסטע פון נעמען וואס האבן געלערנט רפואה און אסטראנאמיע, און ס’דא וואס האבן ליב א גוט שטיקל היימישע חסידישע פאליטיק, מיר האט איינער געזאגט לעצטנס אז ער דארף זעהן די וועקער וועגן די ארטיקל פון ר’ שאול, ווייל ער האט געהאט געלייענט די ארטיקל פון שמואל ווידער ע’’ה און האט זייער שטארק הנאה געהאט, ווייסט ער אז ווען די וועקער האט אזא ארטיקל גייט עס זיין אזאנס און אזעלכס, איך האלט אז די וועקער איז זייער גוט באלאנסירט.
תרמב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:28 pm

געליינט
מיר איז זייער אינטערעסאנט די התחייבות וואס די פני מנחם האט געמאכט צו די היינטיגע רבי פון גור
נאך אלע מעשיות איז ער געווען א זון פון די אמרי אמת און ס'קומט זיך אים די רעביסטעווע מער ווי רבי יעקב אריה
סאיז ווי באבוב וואס יעדע נערמאלע פארשטייט אז די רעביסטעווע געהערט פאר רבי בנציון ( און אפילו רבי מרדכי דוד'ס עולם האלט אזוי ) און די גאנצע סיבה פון נעמען רבי מרדכי דוד איז נאר צוליב " נישט רבי בנציון " והמבין יבין
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 5:31 pm

וועט מען יעצט מיר באפאלן וואס הייסט זעסט דאך רבי מרדכי דוד האט אוועקגענומען א חלק יא אמת ס'איז אייביג דא די מענטשען וואס ווען עס איז דא טויש כאפט מען זיך מיט אבער רוב באבוב אריינגערעכנט די גרויסע חסידים רבנים וואס האבן פארשטאנען די רצון פון רבי שלמה און רבי נפתלי זענען געבליבן מיט די זון און נישט געווארן נאכגעשלעפט צו א צוגעקומענע אייניקל
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 6:54 pm

כ'האב שוין געהערט אסאך מאל ווי א בעל דרשן נפחה'ט ברבים נארישקייטן
ס'איז אבער א פלא אז איינער וואס איז ניטאמאל געלאדענט געווארן צו עפענען זיין מויל, קומט אריין אין א צווייטן ארט/אשכול, און נפחה'ט ווייטער מיינענדיג אז ער איז א גוטע בעל דרשן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 453
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1197 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1784 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:35 am

אז די לייב בילד ( ארי נוהם ) איז א סימן די שטיין איז געלונגען כל הכבוד!!!ץ
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 11:40 am

עס וואלט מיר גראדע אויך געשמעקט צו ליינען נאר דעם ארטיקל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5942
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2775 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 12:49 pm

בעל דרשן האט געשריבן:געליינט
מיר איז זייער אינטערעסאנט די התחייבות וואס די פני מנחם האט געמאכט צו די היינטיגע רבי פון גור
נאך אלע מעשיות איז ער געווען א זון פון די אמרי אמת און ס'קומט זיך אים די רעביסטעווע מער ווי רבי יעקב אריה
סאיז ווי באבוב וואס יעדע נערמאלע פארשטייט אז די רעביסטעווע געהערט פאר רבי בנציון ( און אפילו רבי מרדכי דוד'ס עולם האלט אזוי ) און די גאנצע סיבה פון נעמען רבי מרדכי דוד איז נאר צוליב " נישט רבי בנציון " והמבין יבין

הייסט אז דו גלייבסט אז אין סאטמאר גייט אויך ליפא ט"ב איבערנעמען נאך מהרז"ל און שלום לעזער נאך מהר"א? בנוהג שבעולם גייט עס נישט אזוי.

אגב, בעל דרשן טייערער, רביסטעווע גייט נישט וויאזוי ס'דארף זיך פירן. נאר יעדער רבי לאזט איבער א ממלא מקום לויט ווי ער באשליסט. מהרנ"ץ האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה, און איז געווען געבינדן די הענט נישט איבערצולאזן קיין צוואה. שכל וואלט געזאגט אז אלס רבי וואלט ער געמעגט אויסוועלן א ממלא מקום.

סאדיגורא האט געוויזן דעם וועג, און הלואי זאלן אנדערע אים נאכמאכן. ס'איז דא א שמועה אז רבי בנציון מבאבוב גייט אויך נעמען א צווייטן זון, נישט דעם עלסטן אלס ממלא מקום. (קיין צוויי רבי'ס קען ער נישט ממנה זיין, נאכן טענה'ן פאר 15 יאר אין דין תורה אז באבוב מעג נאר זיין איינס...)
מפיל קינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 964
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:03 pm

רבי נפתלי איז נישט געווען בדעת די לעצטערע יארן און חוץ דעם האט מען ביי די לויה אפגעמאכט אז ער ווערט רבי און רבי בנציון רב הצעיר וואס דאס מיינט נאך אים די ממשיך פון די באבובע שלשלת ווי יעדע בר דעת פארשטייט

רבי בנציון האט געטון א קלוגע שריט ווען ער מאכט שבת פאר זיך נאך זיין טאטנס פטירה וואלט ער נישט געהאט וואס ער האט היינט
ער האט צוגעווארט און היינט האט ער די באבובע מלוכה
און רבי בנציון האט פיינע קינדער איינס ביי איינס חושבע יונגעלייט
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:06 pm

איך גליייב אז ווען די פריעדיגע סאדיגורא רבי זעט וואס גייט ארויסקומען וואלט ער עס נישט געטון
פארשעמט זיינע קינדער אויף א שרעקליכע פארנעם וואס אפילו זיי זענען נישט די גרויסע עובדי השם זענען זיי ווייט פון דעס וואס מפארקויפט אויפ'ן גאס
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:51 pm

האמער דא א בעל דרשן וואס איז איבערצייגט אז א געוויסע בארא פארק'ע מענטש מיטן נאמען ר' בנציון אריה לייביש האלבערשטאם איז גאטס מתנה פאר די מענטשהייט און אז ער איז באבוב, נישט סתם באבוב נאר די עכטע באבוב, נישט נאר דאס נאר ער איז קאנווינסד אז עכט האלט יעדער אזוי, מסכים.

ביז אהער איז אלעס פארשטענדליך.

וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, וואס זוכט עס דא? עפן א אשכול איבער באבוב און גיס אויס דיין הארץ דארט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 7:52 pm

מפיל קינד האט געשריבן:
סאדיגורא האט געוויזן דעם וועג, און הלואי זאלן אנדערע אים נאכמאכן.


:roll: :roll:
ליב צו וויסן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 1677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 10:58 pm

שושן פורים האט געשריבן:האמער דא א בעל דרשן וואס איז איבערצייגט אז א געוויסע בארא פארק'ע מענטש מיטן נאמען ר' בנציון אריה לייביש האלבערשטאם איז גאטס מתנה פאר די מענטשהייט און אז ער איז באבוב

און איך האב אלץ געמיינט אז באבוב איז א שטעטל אין גאליציע.. :?
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4254 מאל

Re: "וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 12:30 am

דער ארטיקל איז א יופי פון אן ארבעט.
ס'איז כדאי אז אזא זאך זאל ווערן פארשריבן און אפגעהאנדלט כדת, כה לחי פאר די שרייבערס!

מיר האט אביסל געשטערט ווי ער באטיטלט דעם אמרי אמת ווי א ידען און ספרים ליבהאבער.... קאמאן, איינער וואס האט נאר אביסל דורכגעטוהן דעם מענטש ווייסט אז ער איז געווען א גאון מיט א פאטאגראפיש מח דוגמת הגר"ע יוסף ז"ל.

אויך איז עס אביסל איינזייטיג, טראץ וואס ר' שאול איז נישט מחוייב זיך צו לאזן רייטן און האט אלע רעכטן, וואלט געווען מער ניחא צו הערן פון א באזעסענעם גערער וואס זיין צד איז, איך בין זיכער אז זיי האבן אויך עפעס אריינצוזאגן.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הודעהדורך בעל דרשן » מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 10:10 am

שטארקע ווערטער האט רבי שאול גערעדט איבער מוחל זיין א צווייטן
רבי שאול איז א מנהיג מיט אלע מפרשים די וואס דרייען זיך ביי אים האבן א זכיה
בעל דרשן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

נעקסט

גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron