עצי שטים האט געשריבן:א בילד פארט ארים פון די הייליגע בעיבי
בעל דרשן האט געשריבן:האט ער געלאזט זיינע ברודער קומען צום ברית ? קענסט פרעגן די קשיא אויף ביידע וועגן
ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א ווייטאג אז ביי א ברודער'ס חתונה וועט ער ווארשיינליך נישט זיין
שולדיג איז ער אליין אדער די גרויסע קנאקער'ס אין בני ברק
אנפאנג איז געווען שלום ער איז נאך געווען ביי די בר מצוה אין סאדיגורא ירושלים ווי די עלטערע ברודער האט אים שיין מכבד געווען
ס'איז געווען א שטיק צייט שפעטער ווען ס'איז פארגעקומען די גניבה אין שטוב פון די מאמע הרבנית מסאדיגורא תליט"א דערנאך דאס פרובירן ענג צו מאכן די ברודער פון ירושלים מיט די מוסדות אין א בחינה פון וכל זה אננו שוה לי... און ער איז געזיצן בשתיקה די גאנצע צייט א בחינה פון ושתיקה כהודאה ער פארדינט זיך עס ערליך
בעל דרשן האט געשריבן:אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך טאקע אויף די גרויסע חתונה אין די סאדיגורא הויף
שבת אויפריף וועט פארקומען אין ירושלים בצל הקודש פון די סאדיגורא רבי שליט"א מוצאי שבת די מסיבת פארשפיל אינאיינעם מיטן השתתפות פון חסידי סאדיגורא ובראשם גדולי ישראל
די רביצין האט א דירה אין ירושלים?בעל דרשן האט געשריבן:.
פאלגזאם האט געשריבן:די אחים הקדושים פון סדיגורא זענען אין אמעריקא, און זיי גייען צו רבנים באזוכען, און דערנאך גייען זיי אריין פריוואט.
וואס איז פשט פון דעם? וואס ווילן זיי פון אלע רבנים פריוואט?
סביב העולם האט געשריבן:די אחים הק' האבן פארלייגט כחות אז מ'זאל זיי לאזן זיין איינגעשפארט מיט ססקווירא רבי, דזשאסט צו ווייזן אז זיי זענען אויך גרויס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot], היסטאריע און 3 געסט