די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

הודעהדורך שושן פורים » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 9:25 pm

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:

ה. ס'איז ביי מיר אלס געווען א שאלה, צי דער רבי איז נשלט פון די גבאים און זיי טוען מיט אים וואס זיי ווילן. איך בין נישט געווען קלאר דערין. ווען ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נישט שיינע בילד, ווי אזוי דער רבי פאפט אויפן פליגער מיטן מאסק אויף זיין געזוכט, האב איך פארשטאנען אז יא! - ווי שטארק און שיין ער רעדט, אבער אז א גבאי האט גענומען די דרייסט און געכאפט א פיקטשער פונעם רבי'ן אויף אזא מצב, טוען זיי מיט אים וואס זיי ווילן, זיי האלטן אים נישט עכט בכבוד'דיג.


וואס פאלט דיר איין אז א גבאי האט גענומען דאס בילד?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:41 pm

ווער דען?
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 243
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

הודעהדורך תרמב » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:01 am

ס'קען זיין אז א פרעמדער איז פונקט געווען אויפן פליגער צו כאפן דעם בילד
תרמב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:49 am

יעדער רעכט-דענקיגער מענטש מיז מודה זיין אז די גאנצע פרשה איז א חידה סתימה!
יא אוודאי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין יושעלע און חכמת אדם תאיר פניו ווי אן איידל קינד - אבער פארט בנו בכורו איז דען א קטיל קניא?
אזוי מיט גארנישט איבערלאזען פאר א געטרייע בכור איז פלא'דיג אפילו ר' יושע'לע איז ראוי לאותו איצטילא - דער מש"י איז דאך געוועהן יד ימינו און דעם זיידענס - וועם זאל איינפאלען אז נישט לו משפט הבכורה!
ס'איז זייער פלא'דיג - און וויזוי קען מען פארלאנגען אז דער משי זאל קומען קיין בני ברק צום טיש? ווען דמו נשפך כמים - יא גערעכט אדער נישט.
איך זאג אלעס אלץ א דרויסענדיגער - וויאזוי דאס בילד קוקט אויס פון אינדרויסן
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 428 מאל

Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

הודעהדורך פאליטיקאנט » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:13 am

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פאליטיקאנט. אלע דיינע פוינטס האב איך געזעהן אויף שאולזוהן'ס בעסקיסע. ועוד יותר. אבער דו שרייבסט אז די האסט עס געהערט פון איינעם אינוואלווד.

מעג איך פרעגן הויך וואס מיינט דאס "אינוואלווד"?
אינוואלווד מיינט איינער וואס איז געזיצן אפאר שעה מיט יעדע צד אריינגערעכנט איבער 8 שעה מיט ר' יהושע, און א שיינע שטיק צייט מיט די רביצין.

ער האט באמת נישט קיין צד און האט נאר פרובירט מתווך זיין, (ער איז נישט קיין סאדיגורא, א דריטע ברודער האט עם אריינגעמישט האבנדיג אסאך ערפארונג און רבי'שע אנגעלעגנהייטן) אבער ער האט מיך פארציילט אסאך אומבאקאנטע טענות פון ביידע זייטן.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 385 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 787 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:29 am

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווער דען?

סיי ווער אויפן פליגער
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 856 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 2:44 am

מיר זעהט אויס, אז טאמער ר' שיעלע איז מסכים אז די אנדערע ברודער'ס זאלען זיך רופען אדמורים אין ירושלים און לאנדאן איז עס גאר שיין פין אים, און אפילו מער פין לפנים משורת הדין.

די אלע מעשה'לעך וואס מען זאגט זענען מן הסתם נישט אמת, שאולזאהן אליין איז א ראי' אז דער רבי פין ירושלים איז א חברהמאן וואס ווייסט וויאזוי צו באקומען שאולזאהן אויף זיין זייט מיט טענות של הבל, און מעשה'לעך וואס מאכען נישט קיין נפק"מ למעשה נאר זוכען צו ערוועקן געפיל און רחמנות פאר דער נעבעך'דיגער עלטעסטער וואס דער טאטע האט אים צוגענומען זיין חלום פין די לעצטער צוואנציג יאר.

לדעתי, מיט אלע רחמנות און וויי געפילען וואס מען קען מיט פילען מיט דער מש"י, זעהט מיר נישט אויס ווי דער כלל החסידי און כלל האדמורים וועלען צופיל פארדינען טאמער ווערט ער א רבי, ער איז אפשר א מענטש מיט שטארקע שאיפות, אבער זיין יסוד איז נישט תורה און נישט יראת שמים, ממילא ווען דער טאטע האט איבערגעגעבן אלס פאר טאקע דער יונגע טראטשעקעל, אבער סוף כל סוף חלומ'ט ער פין תורה, פארשטייט א תוס', פארשטייט א חסידיש ספר, דאס איז זיין יסוד, אויף דעם בויט ער, און פארשטייט זיך אויך דער סאדיגורער בולשיט, אבער נישט נאר דער בולשיט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

הודעהדורך שמעי' » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 5:09 am

און אנדערע נייעס האב איך באמערקט אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א שניפסל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
שמעי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 12:15 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:24 pm

און איז צוריק אין אנטווערפן (כמעט) כאחד האדם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2626 מאל

הודעהדורך נײגעריגער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:54 pm

בילדער פון אנטװערפּן
ס'איז פון די איינציגסטע בילדער װי כ'האב געזעהן א שמייכל (צהלת פּנים אויב איר װילט)
בייגעלייגטע פיילס
118600420_358196418683468_5344682583001144393_o.jpg
118523118_344405610244658_7644411772572455868_n.jpg
118383450_344405786911307_4796193834684278169_n.jpg
רעספּעקט
נײגעריגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך פערינא » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:34 am

מ'זאגט אז די טאטע איז געווען א קליגער, די מאמע איז זיכער א קליגער. מסדר געווען די ברידערס זייער שיין. ס'איז דא גענוג קאפעלס וואס האבן פראבלעמס. אמאל פירט די ווייב אויס.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:07 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20200902-WA0046.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 995
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1022 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:49 am

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווען ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נישט שיינע בילד, ווי אזוי דער רבי פאפט אויפן פליגער מיטן מאסק אויף זיין געזיכט

נישט שיינע בילד? וואס גענוי איז נישט שיין דערמיט? ווייל דו שרייבסט "פאפט" אנשטאט "שלאפט" מיינט נאך נישט אז עס איז נישט שיין! האסט נישט געוואוסט אז ער שלאפט? ער שלאפט גראדע זייער איידל...

דאס וואס ער טראגט א מאסק אויפ'ן געזיכט איז באגריסענסווערד, און בכלל אלע עירליינס פארלאנגען עס, טא וואס זאל ער טון? און דער פאקט אז ער זיצט אין עקאנאמי קלאס כאחד האדם צייגט אז ער פארמאגט נישט די רבי'שע גאווה...

לענ"ד קען דער בילד אריינגיין אין דעם אשכול רבי'ס פון א אנדערע בליק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 10:00 am

זייער ריכטיג, @שמעקעדיג. וואס איז "נישט שיין" דא איז די קאמענטאר פון @לכבוד שבת קודש.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:40 pm

למעשה צו ער פאפט צו ער שלאפט, איז עס נישט א בילד וואס מען דארף נעמען און פארשפרייטען. דער וואס האט עס געכאפט און פארשפרייט האט נישט געהאט דער בעסטע אינטערעסן פין דער רבי אין קאפ.

און דאס מיינט לכאורה "לכבוד שבת".
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 10:46 pm

הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 11:11 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.

מיינסט אודאי advertorial.
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:05 pm

דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14007
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:09 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

ס'איז מער א בחינה פון טפשות...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1726
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:19 pm

קאצקע ציקער: פארגעס נישט. די רבי קען נישט שפיעלן אליין. ער דארף האבן אן עולם חסידים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14007
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:20 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

ס'איז מער א בחינה פון טפשות...

נו דער רמב"ם זאגט דאך שוין אז די טעם פארוואס עבודה זרה איז אסור איז נאר ווייל ס'איז טפשות..
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3724
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

הודעהדורך פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 8:20 am

אויב האט די סאדיגורער רבי געוואלט די חסידים זאלען זיך טיילען מיט זיינע קינדער (ליינט, זיינע קינדער זאלען זיך טיילען מיט די חסידים) און נישט אלעס זאל גיין פאר די בכור. איז ער א דזשעני. ווען ער טיילט ווען איין פאר יעדעם א שטיקעל וואלט ער קיינמאל נישט געווען אזוי סוקסעספול מיט מאכן א ריכטיגע טיילונג.

יעצט איז דער רבי מעש"י greatful און gracious פאר וואס ער האט יא באקומען.

אויך האט ער אויפגעטוהן אז די גאנצע וועלט ווייסט יעצט ווער ער די סאדיגורע ברידערס זענען. מס. פעריס הילטאן האט געטון ענדליך און זי איז געווארן א ביליאנער דערפין.
פערינא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 8:47 pm

כהאב נישט קיין שום נגיעות. נאר יעדער זאל מיר מוחל זיין. די לעצטע סאדיגורער רבי האט מבזה געוועהן זיין עלטסטער זוהן לדעתי. יעדע קליינע קהילה צוטיילט מען היינט צווישן אלע קינדער. ווילאנג די עלטסטער זוהן איז נישט עפעס אפענערהייט א פויער האט ער די זעלבע לייסענס און קוואליפיקאציעס ווי אלע אנדערע היינטיגע רביס.

דאס אז די פופטע זוהן איז מעהר געראטן מיינט נאכנישט אז די אנדערע קינדער זאלן גארנישט באקומען ספעציעל די עלטסטער זוהן וואס האט זיך (אויב ס׳איז אמת) אייביג אוועק געגעבן פאר די חסידות. קומט אים כאטש עפעס א פאסטן!

דאס אז ער האט געמיינט די טובה פון די חסידים און די חסידות איז אויך איין גרויסע נערישע טפשות אוועקצוגעבן אלעס פאר איין קינד נאכדערצו ער איז קוים 24 יאהר אלט! אויב האט די פריערדיגע סאדיגורער רבי געהאלטן אז דער יהושע׳לע איז די געלונגענסטע קינד און דאס איז טאקע די מציאות וועט ער סוכ״ס טאקע ווערן די גרעסטע רבי. ווייל די חסידים וועלן גיין צו אים. מיינט אבער נישט פארדעם די אנדערע קינדער זאלן נישט באקומען קיין שום פאסטן!

ביי די “תורת חיים” פון קאסוב איז געוועהן אז די עלטסטער זוהן איז געוועהן א צוריקגעצויגענע מענטש זייער א שטילער. און נישט אזא גוטע קאנדידאט צו זיין די רבי. זענען טאקע רוב קאסובער חסידים געגאנגען צו די יונגסטע זוהן דער “צמח צדיק” פון וויזניץ (איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישראל מרוזין) וואס איז געוועהן מעהר ווי 20 יאהר יונגער פון די עלטסטער ברודער דער קאסובער רבי. און זינט דאן איז פון קאסוב פארוואנדלט געווארן צו וויזניץ. רוב חסידים זענען אריבער קיין וויזניץ אבער דאך איז די עלטסטער זוהן נישט אינגאנצן אפגעמעקט געווארן!

די אמרי חיים איז געוועהן יונגער פונעם ווישעווער רב און ער האט איבערגענומען זיין טאטענס פלאץ, אבער אלע פיר זוהן זענען געווארן רביס! נישט אלעס פאר איינער!

אין רוזין זענען דאך אלע קינדער געווארן רביס!?

די פרידערדיגע רבי האט פשוט און גראד מבזה געוועהן זיין עלטסטער זוהן לעיני כל! קיין איין רבי האט דאס נישט געטוהן!

די תולדות אהרן רבי האט געזאגט מ׳זאל מאכן וואלן. כאטש האט ער נישט געוויזן פאר זיינע קינדער איך האב ליב איינער מעהר פונעם צווייטן, נאר סאיז אין די הענט פונעם ציבור צו בוחר זיין!

דא האט אים די טאטע געהעריג מבזה געוועהן, ער האט די זעלבע געשטעל ווי אלע אנדערע היינטיגע רביס. פארוואס קען ער נישט זיין סאדיגורער רבי פון א צווייטע פלאץ? פארוואס דארף דער יונגער שילע אלעס באקומען?
זאלן ביידע ווערן רבי און די חסידים וועלן שוין גיין ווי זיי ווילן?

דאס וואס ער האט געטוהן גרעניצט זיך מיט רשעות לדעתי!

ער וואלט עס געקענט צוטיילן אין דריי. דער עלטער ברודער זאל גארנישט באקומען?

די מאמע זעהט אויס צוזיין גאר א קלוגע פרוי!

בד״וו פאר די אלע וואס שרייען דא אויף איר פעלדמאן און בערגער, א לאנדאנער ב**ש וכדומה.

ווער מיינט איר איז דער רבי וואס איז יעצט געשטארבן געוועהן? א פעלדמאן!

זיין מאמע איז א טאכטער פון הרב יוסף ארי׳ פעלדמאן בן
הרבני הנגיד ר׳ אפרים פישל פעלדמאן מחשובי חסידי וויזניץ/אנטוניא. מחבר הספרים "ידות אפרים" ו"דגל אפרים".

דאס הייסט אז די פריערדיגע רבי ר׳ ישראל משה׳ס מאמע איז א שוועסטער מיט די רביס שווער הנגיד ר׳ חיים משה פעלדמאן. און ער איז געוועהן א איידעם ביי זיין פעטער.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:11 pm

א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1391 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:15 pm

אישתישבי האט געשריבן:א נחת דיר צו זעהן שרייבען.

ווי זענט איר געוועהן אזוי לאנג?

די אלע דקדוקים אויף דער פרשה זענען שוין געשטאנען אין דער אשכול, חוץ אז ער איז געוועהן פארהייראט צו זיין קאזין. אויך געדענק איך נישט אז איינער זאל דא שעלטען די רעבעצין אז זי איז א פעלדמאן -בערגער, אבער שיהיה.

און דיין מוראדיגער עצה אז דער עלטסטער זאל אויך עפעס זיין וכו', יעדער וואס קוקט אביסל זעהט אז ער האט גאנץ א פיינע מאשין ארום זיך וואס פארשפרייט כל מיני מעשה'לעך וואס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן, און דער טאטע האט גאנץ פשוט געהאלטן אז ער איז נישט ראוי. און דיין טענה אז ער איז אזוי גוט ווי אנדערע רעביס, איז בכלל נישט גערעדט, צוויי ראנגס מאכן נישט א רייט.


און דער פון לאנדאן איז אויך נישט ראוי?

פארוואס איז די עלטערע ברודער ווייניגער ראוי צוזיין רבי ווי אלע אנדערע היינטיגער רביס?

אין רוזין און אפילו וויזניץ זענען אלע קינדער געווארן רבי! ער האט געהעריג פארשעמט זיין זוהן פארנט פון די גאנצע וועלט! סאיז נאך אזאנס נישט געהערט געווארן לכאורה אין די רוזינער גזע קיינמאל!
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט