מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

הודעהדורך מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 11:45 pm

מה בכך האט געשריבן:פרישע ווארע

*ופרקת עלו - כת מבזי רבינו!*

אן קיין שום בושה, און מיט א שרעקליכע עזות מצח, גייען אן די כת מבזי רבנו בדרכם הנלוזה, ספענדן די גאנצע געלט וואס אידן געבן אזוי ערליך פאר 'יטב לב' און מ'נוצט די געלט אויף צו חרוב מאכן די מוסדות אין בני ברק, געדינגען לויערס פאר הונדערטער טויזנטער שקלים, כדי ארויס צו ווארפן מלמדים, אריין געגעבן צענדליגע קלאגעס אין ערכאות הציוני אנטקעגן יונגעלייט (בייגעלייגט), אפגעהאקט די געהאלט פאר כולל יונגעלייט, מ'נעמט אוועק ברויט און מילעך פאר ארום 50 ארימע משפחות, רודפ'ן קינדער אין חיידער, סטראשען רבנים און דיינים, מ'הערט זיך אונטער פריוואטע טעלעפאן ליינ'ס פון אנשי הקהילה, אלס פאר די איינציגע זינד אז מ'וויל זיך נישט צו שטעלן צו די כת מבזי רבנו, די אלע זאכן איז זיך מסתכם מיט הוצאות פון מיליאנען שקלים, אלעס גענומען פון כספי הקדש.

*יעצט ווען צוויי חשוב'ע עסקנים זענען ארויס געפארן קיין אמריקע מתרים זיין נדיבי עם פאר די חשוב'ע צוועק - שטיצן די קהילה הקד' מיט אירע חשוב'ע אונטערגעדריקטע משפחות, שטיצן די לומדי הכולל און אלע חסד אקטיוויטעיטן פאר אנ"ש, קומען די כת מבזי רבינו און משתמשים בקודש בראשות יחזקאל ראטטער, און מיט א צביעות, און פיל מיט שקרים וכזבים פראבירן זיי צו שטערן די עבודת הקודש פון די צוויי חשוב'ע עסקנים מיט די טענה אז די געלט גייט פאר לויער'ס אין די צייט וואס זיי זענען די מועלים בכספי הקדש.*

ליינט און צייגט אייך איבער וויפיל קלאגעס זיי האבן איינגעגעבן אין די ציוני'סטישע פאליציי!
פי די עף און פריעדיגע תגובה
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:55 pm

*סוף האמת לנצח*

*א פרישער פראיעקט וואס עסקני קהלתינו האבן זיך אונטערגענומען צו אויפדעקן אלע קארופציעס פון די א.ג. אנשי הבית ביי מרן רבינו שליט"א וואס וועט מגלה זיין א טפח פון די מעשי ההשחתה ווי אימער אין די גאנצע וועלט, און וועט אויפקומען מיט אלע דעטאלן און נעמען ארום יעדע עפיזאד וואס עס האט זיך אפגעשפילט.*

*נומער #1 אין סעריע פון סוף האמת לנצח*

דעי שבת מברכים חודש כסליו האט זיך אפגעשפילט אין בית מדרשינו בית מנחם צבי אין וויליאמסבורג ווען די אנשי ההשחתה האבן שוין מיט א צייט צוריק באפוילן אין מרן רבינו שליט"א'ס נאמען אז רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א זאל נאר איינמאל אין אפאר חודשים ראש חודש בענטשן, כדאי אים צו צאפן דאס בלוט און דערגיין די יארן, אזוי אויך 'ה' מלך' ביי של"ס זאגט ער נישט יעדע וואך, אלעס פאר דעי איין זינד אז ער איז א ברודער פון דעם ראש ישיבה אין בני ברק, און היות יחזקאל ראטער און די אנשי ההשחתה האבן געשוואוירן אז זיי גייען אונטערברענגען דעי משפחה מוז מען דאך טרינקען די בלוט פאר יעדן דארט, האט מען באגרעיניצט דעם רב הבית מדרש שליט"א אז די געווענליכע כיבודים וואס יעדער רב אין אבית מדרש באקומט קען ער נישט באקומען.

דעי וואך איז זענען נישט אנוועזנד געווען אין בית מדרש פון די אלע שיינע אידן וועמען מ'שיקט געווענליך צו אויף ראש חודש בענטשן, און דעי אנשי ההשחתה האבן פראבירט צו צושיקן א צווייטן בנש"ק א אייניקל פון מרן רבינו הברך משה זי"ע און יענער האט בשום אופן נישט געוואלט צו גיין.

בלית ברירה האט מען צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן שליט"א, ביים מיטאג סעודה האט מען שוין געזעהן ווי דעי וואס שטייען אונטער אלע העצערייען מבאי בית מנחם צבי-וואלאבאוט קומען צו בית רבינו שליט"א אויף היוז סט. און דרייען געפערליך אן מרן רבינו שליט"א אויף דעם.

ווען אברומי בראך איז צוגעקומען פאר של"ס צום גבאי הר"ר יענקל שטערן הי"ו אז מרן רבינו שליט"א איז זייער ברוגז אז ער האט צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש, האט אים דער גבאי געענטפערט *ווען פונקט האסטו געפילהט פאר וויכטיג לויפן אנדרייען דעם רבי'ן איבער דעם?! פאר רבינו שליט"א האט געהאלטן ביים אייער מיט צוויבל?! אדער אפשר גאר ווען מ'ברימט זיך אונטער דעם גלות גלות פון רבי אייזיק'ל קאליבער?!* .

און אזוי גייען דארט אלע זאכן, מ'וויל ניצן דעם רבינ'ס נאמען פאר אייגענע חשבונות און אג'ענדעס און מ'לויפט אים אנדרייען וועם אימער ס'איז נאר נישט מעגליך.

*יירא הקהל וישפוט!*
*וסוף האמת לנצח*

הרב זושא מייזליש איז געווען ביי די שבת שבע ברכות פוןו 'ר' יואל גרינוואלד' און גרינבוים האט געוואלט מאכן 'באלאגאנים' אבער האט שנעל איינגעזעהן אז אויב שרייט ער אדער טוהט עפעס וועט ער כאפן פונעם גאנצן ביהמ"ד דעריבער האט ער שנעל איינגעפעקעלט
ווי שיין איז געווען צו זעהן וויאזוי פרייטאג צו נאכטס ווען דער גאנצער עולם איז אדורך זאגן גוט שבת פאר'ן רב האט מען געגעבן שלום פאר זושא און נאכדעם האט זיך דער רב שליט"א געשטעלט שמועסן מיטו איהם אין ביהמ"ד פארנט פונעם גאנצן עולם
שבת צופרי האט ער באקומען ששי, און מכובד געווארן מיט מוסף וואס ער האט אפגעזאגט, און הרה"ג ר' שמואל שאול גרינוואלד האט פאראגעדאוונט במקומו
מוצ"ש ביי די שבע ברכות ווען דער רב שליט"א איז געטאנצן מיט די חתן און מחותנים האט ער מיט גרויס חביבות אריינגעשלעפט ר' זושא אינעם רינג זאגנדיג אז ער טוהט עס לכבודו פון זיין גרויסן פאטער שליט"א
ארויסגייענדיג פונעם ש"ב האט דער רב שליט"א פארברענגט מיט ר' זושא פאר א לענגערע צייט שטייענדיג אין די זייט, און זיך נאכגעפרעגט איבער זיין טאטן שליט"א, און אזוי אויך צוגערופן הבחור בנש"ק אהרן מייזליש און האט איהם מקרב געווען און מחזק געווען מיט ווארעמע ווערטער
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:48 am

פון וועלעכן רב שליט"א רעדט מען דא?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:26 pm

מה בכך האט געשריבן:*סוף האמת לנצח*

*א פרישער פראיעקט וואס עסקני קהלתינו האבן זיך אונטערגענומען צו אויפדעקן אלע קארופציעס פון די א.ג. אנשי הבית ביי מרן רבינו שליט"א וואס וועט מגלה זיין א טפח פון די מעשי ההשחתה ווי אימער אין די גאנצע וועלט, און וועט אויפקומען מיט אלע דעטאלן און נעמען ארום יעדע עפיזאד וואס עס האט זיך אפגעשפילט.*

*נומער #1 אין סעריע פון סוף האמת לנצח*

דעי שבת מברכים חודש כסליו האט זיך אפגעשפילט אין בית מדרשינו בית מנחם צבי אין וויליאמסבורג ווען די אנשי ההשחתה האבן שוין מיט א צייט צוריק באפוילן אין מרן רבינו שליט"א'ס נאמען אז רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א זאל נאר איינמאל אין אפאר חודשים ראש חודש בענטשן, כדאי אים צו צאפן דאס בלוט און דערגיין די יארן, אזוי אויך 'ה' מלך' ביי של"ס זאגט ער נישט יעדע וואך, אלעס פאר דעי איין זינד אז ער איז א ברודער פון דעם ראש ישיבה אין בני ברק, און היות יחזקאל ראטער און די אנשי ההשחתה האבן געשוואוירן אז זיי גייען אונטערברענגען דעי משפחה מוז מען דאך טרינקען די בלוט פאר יעדן דארט, האט מען באגרעיניצט דעם רב הבית מדרש שליט"א אז די געווענליכע כיבודים וואס יעדער רב אין אבית מדרש באקומט קען ער נישט באקומען.

דעי וואך איז זענען נישט אנוועזנד געווען אין בית מדרש פון די אלע שיינע אידן וועמען מ'שיקט געווענליך צו אויף ראש חודש בענטשן, און דעי אנשי ההשחתה האבן פראבירט צו צושיקן א צווייטן בנש"ק א אייניקל פון מרן רבינו הברך משה זי"ע און יענער האט בשום אופן נישט געוואלט צו גיין.

בלית ברירה האט מען צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש הרב מרדכי אהרן שליט"א, ביים מיטאג סעודה האט מען שוין געזעהן ווי דעי וואס שטייען אונטער אלע העצערייען מבאי בית מנחם צבי-וואלאבאוט קומען צו בית רבינו שליט"א אויף היוז סט. און דרייען געפערליך אן מרן רבינו שליט"א אויף דעם.

ווען אברומי בראך איז צוגעקומען פאר של"ס צום גבאי הר"ר יענקל שטערן הי"ו אז מרן רבינו שליט"א איז זייער ברוגז אז ער האט צוגעשיקט דעם רב הבית מדרש, האט אים דער גבאי געענטפערט *ווען פונקט האסטו געפילהט פאר וויכטיג לויפן אנדרייען דעם רבי'ן איבער דעם?! פאר רבינו שליט"א האט געהאלטן ביים אייער מיט צוויבל?! אדער אפשר גאר ווען מ'ברימט זיך אונטער דעם גלות גלות פון רבי אייזיק'ל קאליבער?!* .

און אזוי גייען דארט אלע זאכן, מ'וויל ניצן דעם רבינ'ס נאמען פאר אייגענע חשבונות און אג'ענדעס און מ'לויפט אים אנדרייען וועם אימער ס'איז נאר נישט מעגליך.

*יירא הקהל וישפוט!*
*וסוף האמת לנצח*
איך גיי נישט מתווכח זיין אויף די מעשה, איך וויל זאגן אפאר פאקטן וואס איך בין באקאנט פערזענליך, פארשטייט זיך אז איך קען נישט זאגן וויאזוי משום גילוי

ר׳ מרדכי אהרן, איז עולה ששי יעדע וואך, ר"ח בענטשן טאקע נאר איינמאל א חודש (קיינמאל נישט געהאט מער, נישט ער און אויך קיין איין רב נישט), ער זאקט השם מלך יעדע וואך, ער איז מוהל ביי יעדע ברית אין ביהמ"ד
יא, תורה ביי של"ס זאגט ער נאר איינמאל אין 4 וואכן, א׳ סליחות און הוש"ר האט מען אים צוגענומען, ווער עס האט אים שוין געהערט איינע פון די זאכן פארשטייט עס ומשום כבודו וועל איך נישט זאגן
בקיצור פאר די הצלחת הביהמ"ד האט זיך אויסגעפעלט טוישונגען, מ׳ האט אים געאפפערט צו בלייבן אין אלטן ביהמ"ד און ער האט נישט געוואלט
און נאך אסאך זאכן האט מען פרובירט נישט פוגע זיין בכבודו און אויך אויפבויען די ביהמ"ד אבער ער האט נישט געוואלט, אוודאי וואלט איך נישט געוואלט דאס טון אבער די וואס דרייען זיך דארט פארשטייען עס זייער גוט
ובזה יצאתי ידי חובתי

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 12:33 am

אינטערסאנט איך קען זייער אסאך מענטשן דארט פון די 30 ביז 50 און עס באדערט זיי און רוב בית המדרש באדערט דארט די רשעות, זייער אסאך מענטשן דאווענען נישט דארט שבתים און ימים טובים וועגן די רשעות וואס דארט גייט פאר

עס נישט דא קיין תירוץ שבעולם פאר די רשעות וואס דארט קומט פאר פאר א רב וואס איז שוין דארט 20 יאר.

איך ערווארט נישט קיין תירוץ פון דיר.

כ'האב נאר געוואלט מוחה זיין אויף די רשעות, און נישט וויבאלד קיינער ענטפערט נישט איז א סימן אז יעדער דארט איז צופרידן.
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 217
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

הודעהדורך מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 3:25 am

איך נעם נישט קיין קום שטעלונג און די סאטמארע פרשה איך האב דשאסט דעליווערט די נייעס ובזה בקשתי שטוחה אז היות איז נאר דא איין זייט וואס פאמפט די נייעס און איך קום געווענליך נישט אן צי ברענגען ביידע זייטן אשר על כן אויב זעהט מען עפעס אדרבה רופסט ענק אן לאזט ענק הערן אייערע הייזעריגע טענער להגדיל פאמפ וכבוד ולהאדירה...
כה לחי

לחיים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 6:34 am

moneyminded האט געשריבן:עס נישט דא קיין תירוץ שבעולם פאר די רשעות וואס דארט קומט פאר פאר א רב וואס איז שוין דארט 20 יאר

ער איז שוין דארט 20 יאר?
די ביהמ"ד איז ווייניגער ווי 3 יאר אלט
ער איז געווען שיינער יוד (רב) אין איחוד ביהמ"ד אלע יארן, ווען קהל ייט"ל האט געפענט ביהמ"ד בית מנחם צבי דסאטמאר האט ער פארלאנגט די רבנות (אפשר אלס דינא דבר מצרא) ומפני השלום האט מען עס אים געגעבן דערווייל, און אויפ'ן פארלאנג פון ציבור האט מען אים נישט געגעבן געציילטע כיבודים וואס ער קען סייווי נישט.

הלוואי ווען מתפללים וואלטן אוועק געגאנגען, מ'קען זיך נישט רירן דארט בחול ובשבת ויו"ט
זאג מיר נישט וואס די מתפללים טוט וויי.
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:11 pm

[quote="א חסיד פון ווילנא"][quote="moneyminded"][quote="א חסיד פון ווילנא"][quote="מה בכך"]*סוף האמת לנצח*

ביידעוועי א קליינע הערה
ספעלט נישט אויס צי ציטירן די גאנצע תגובה (סנעמט פשוט אויף איבריג פלאץ און סמאכט סתם נערוועז), ציטיר אויף וואס די ווילסט אנמערקן און מעק אויס די איבריגע
תודה

לחיים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מה בכך » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 8:28 pm

c/p
דראמאטישע פסק דין פון די באקאנטע בארימטע בית דין צדק פון יראי השם אין רמת בית שמש

להבדיל פון פארשידענע בריוון וואס זענען געשיקט געווארן פון רבנים הולכי בחירות ונהנים משולחן איזבל, איז דא בייגעלייגט א מעכטיגע פסק פון רבנים וואס רירן זיך נישט קוצו של יו"ד מהדרך המסורה וואס רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האט אונז געלערנט.

דער ראש ההרכב די חשובער דיין הגאון הגדול ר' אריה מרדכי רבינאוויטש שליט"א* איז פקיע שמיה בכל קצוי תבל און צענדליגע יארן האט ער געפירט דיני תורות אין ארה"ב.

סאיז כדאי צו אנמערקן אז כ"ק רבינו הטהור והקדוש בעל ברך משה זי"ע האט זיך נישט גערירט בעניני חושן משפט אן די חשובע דיין, און אלע עניני ממונות האט די רבי זי"ע גענומען דעם דיין שליט"א פאר א בורר.*

און אזוי אויך דארף מען פארצייכענען אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט צוזאמען מיטן חשובען רב שליט"א געפירט דיני תורות, ווען די צוויי גדולים האבן צוזאמען משמש געוועהן בדיינות.

וואס א שייכות האט די רב שליט"א מיט בני ברק?

די רב שליט"א האט יונק געוועהן אלע בני ברק'ע הנהגות בהלכה פון בית אבא, ווייל זיין זיידע וואס ער איז קרוי על שמו הגאון הגדול ר' אריה מרדכי רבינאוויטש זצ"ל איז געוועהן די ערשטע רב אין בני ברק, נאך זיין הסתלקות איז נתמנה געווארן הגאון הגדול ר' יעקב לאנדא זצ"ל פאר רב.

אֵלֶּה הַדְּבָרִים אֲשֶׁר תַּעֲשׂוּ, דַּבְּרוּ אֱמֶת אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, אֱמֶת וּמִשְׁפַּט שָׁלוֹם שִׁפְטוּ בְּשַׁעֲרֵיכֶם
בייגעלייגטע פיילס
photo_2020-11-27_09-13-00.jpg
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מה בכך » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 8:30 pm

[quote="מה בכך"]c/p
דראמאטישע פסק דין פון די באקאנטע בארימטע בית דין צדק פון יראי השם אין רמת בית שמש

איך האב די גאנצע פסק דין ,אבער סאיז צי גרויס . איז דא א וועג עס ארויפצילייגן ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 4:17 pm

הבהרת בי"ד ט"ו כסלו תשפ"א
בייגעלייגטע פיילס
הבהרה טו כסלו התשפא.pdf
(65.34 KiB) אראפגעלאדנט 218 מאל
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 3:23 pm

הגרח"צ טיייטלבוים בן האדמו"ר מהר"יי באזוכט אין שטוב פון הגרד"ב מייזליש
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210128_142224.jpg
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 370 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » פרייטאג יאנואר 29, 2021 12:34 am

א חידוש, ר׳ בעריש האא געהאט א הארץ אטאק נישט מער געדאכט 20 יאר צוריק, נישט מהרז"ל האט אים דעמאלס גערופן און נישט ר׳ ח"צ איז אים געקומען באזוכן, וואס איז יעצט געשען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 274
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

הודעהדורך תרמב » פרייטאג יאנואר 29, 2021 1:07 am

נייע צייטן געווארן, יעדער איז בשלום, ווער ס’וויל זיך דווקא שלאגן טוט עס אויף א איידעלע וועג.
תרמב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 857 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך מחצה''ק » פרייטאג יאנואר 29, 2021 4:55 am

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א חידוש, ר׳ בעריש האא געהאט א הארץ אטאק נישט מער געדאכט 20 יאר צוריק, נישט מהרז"ל האט אים דעמאלס גערופן און נישט ר׳ ח"צ איז אים געקומען באזוכן, וואס איז יעצט געשען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

טראכט
מחצה''ק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג יאנואר 29, 2021 8:50 am

דאס איז ווייל בעריש איז א און בן פלת, איז ער ביי אהרן איז ער דער לוזער, איז ער ביי זלמן לייב איז ער ווידער דער לוזער. זיין זוהן האט דיסיידעד צו זיין א אייגענע קרח, נישט זיין יענעם'ס לוזער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2922
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1518 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג יאנואר 29, 2021 4:20 pm

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א חידוש, ר׳ בעריש האא געהאט א הארץ אטאק נישט מער געדאכט 20 יאר צוריק, נישט מהרז"ל האט אים דעמאלס גערופן און נישט ר׳ ח"צ איז אים געקומען באזוכן, וואס איז יעצט געשען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קרעדט פאר דעם באזוך קומט זיך טאקע נישט פאר מהרז"ל, נאר פאר זיין ברודער...
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 370 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט