מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 7:34 am

עס זעהט אויס אז ר' אהרן קאלעכט און פארלירט זיין כח.

איך האף נאר אז זיין מענדל באקומט נישט קיין גרויסע תאוות בקרוב, און לייגט אריין זיין טאטע אין א פארמאכטע גלאז, און נעמט איבער די גאנצע מעשה ביים לעבן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 106 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:01 am

מיט א פאזיטיווע בליק נעם איך ארויס פון די גאנצע סומאטוכע אז דאס וואס צד מהרז''ל האט פארקויפט אלע יארן אז ר' אהרן איז א רבי ככל אדמורי''ם בישראל און זיין עולם איז פארגלייבט אין עם ווי די עובד עבו''ז אין זיין געטשקע שטעלט זיך ארויס א שיינע בילד אז ווי נאר די רבי פארלאנגט אומפארשטענדליכע און אוממאראלעשע באפעלן ווערט דאס אינגנארירט בתכלית.

שטעלט אייך פאר ווען וויזשניץ פאלגט נישט די רבי און ר' ישראל גייט אן אין די קהילה כאילו די רבי האט עם כלל נישט פארווארפן.

#סאטמאר שטאלץ
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:17 am

וע"ע כאן
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 8:59 am

עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך אינגערמאנטשיקל » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 9:52 am

Wow! הרב חיים הערש האט עס by far!

כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'הערט נישט און מען זעהט נישט פון די אנדערע זייט אין בני ברק. זיי האבן איינגעמאכט?
אינגערמאנטשיקל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:08 am

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:Wow! חיים הערש האט עס by far!

כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'הערט נישט און מען זעהט נישט פון די אנדערע זייט אין בני ברק. זיי האבן איינגעמאכט?

די לעצטע קויל איז געשאסן געווארן וואס איז דען שייך צו טון יעצט?
די קלוגסטע זאך יעצט איז צו מאכן א שווייג און ווארטן אויף א אנדערע געלעגנהייט

אין אמת'ן האבן זיי יא נאך א אפציע וואס איז געווען אויפן טיש עטליכע מאל און גאנץ לעצטענס זייער ערענסט אבער למעשה אראפ, דאס איז צו פארהאנדלן מיט די זאלישע בארד וואס זיי האבן די ליגאלע בעלות אויף די בנינים די דיל איז געווען בני ברק קעגן די ראסס שיל און א טיר ביים בית החיים אפשר יעצט ווען עס איז אזוי די מצב וועט עס צוריק ארויפגיין אויפן טיש
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך moneyminded » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 10:47 am

משה גבאי איז בעל הבית אין בני ברק, עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל אויפגעבן בני ברק יעצט וועגן א צווייטענס גארביזש, ער האט גארנישט פון באקומען ראסס שול, יעקב בער וויל זייער שטארק ראסס שול פאר זיך אין טאש, משה האט גארנישט דערפון פערזענליך
moneyminded
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך סביב העולם » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:31 am

עמעזאן האט געשריבן:מיט א פאזיטיווע בליק נעם איך ארויס פון די גאנצע סומאטוכע אז דאס וואס צד מהרז''ל האט פארקויפט אלע יארן אז ר' אהרן איז א רבי ככל אדמורי''ם בישראל און זיין עולם איז פארגלייבט אין עם ווי די עובד עבו''ז אין זיין געטשקע שטעלט זיך ארויס א שיינע בילד אז ווי נאר די רבי פארלאנגט אומפארשטענדליכע און אוממאראלעשע באפעלן ווערט דאס אינגנארירט בתכלית.

שטעלט אייך פאר ווען וויזשניץ פאלגט נישט די רבי און ר' ישראל גייט אן אין די קהילה כאילו די רבי האט עם כלל נישט פארווארפן.

#סאטמאר שטאלץ

קוק נאר שמחת תורה, די אלע וועלכע זענען יעצט פארוויקלט אין שמועסן איבער ביידן און טראמפ וועגן זיי קענען נישט פארנעמען די היץ פון זייער רבי'נס דרשה, בבוא היום וועלן זיי אויפהייבן די קינדער ווען דער רבי וועט מאכן נענועים. זיי וועלן מיט פארגלייזטע אויגן פארציילן די מעשה אז דער רבי דער דברי יואל האט איבערגעמאכט די נענועים אריינצוברענגען אמונה אין די קינדער.

קיין איין אהרוני גייט נישט איבערלאזן זיין קאמפארט זאנע וועגן זיין רבי'נס אויסברוך. איי די בני ברק'ער? זיי וואוינען גענוג ווייט זיך צו קענען איינרעדן אז מהר"א קאלעכט...
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
סביב העולם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:51 am

אין קורצן

לגבי סאטמאר
גייט דורך נאך א שווערע תקופה אויף זיי ס'איז נישט דאס ערשטע מאל סאטמאר בליהט און וועט בליען אויפן שענסטן פארנעם ווי האט דער היי' רבי זי"ע געזאגט אויף ר' אהרן ער איז א גברא דמרא סייעי' קומט יעצט געהויבענע הייליגע טעג התעוררותדיגע דרשות תפלות הקפות חיי' רוחני וגשמי פאר א גאנץ יאר ר' אהרן האט נישט פארלוירן קיין איין קוויטל דעי יאר זייט נישט באזארגט מ'שטייט אין די ליין א גאנץ חודש אלול און תשרי שעות לברך מפי צדיק ויעזור השם אז מ'זאל זיך קענען מסדר זיין אין בני ברק תחת רבם ומאורם ווי שנעלער און ווי גרינגער

לגבי הרב ר חיים הערש (כלשון ר' אהרן ביי די דרשה)
א רחמנות אויף אים האט נישט קיין שום פיוטשער יעצט לעבט ער אביסל שיקט פיקטשערס פון אלע זייטן געלונגען נעכטן זיך אריין צו כאפן אין ירושלים סאטמאר ביהמ"ד ארום גענומען מיט זיינע שלעגערס און מ'האט אים געלאזט דארטן געכאפט צוויי גוטע בילדער און עס ארוםגעשיקט דורך זיין טוויטער לשמחת לב שונאי סאטמאר און שוין אזוי וועט ער אויסנוצן זיין חיי שעהדיגע חתונה ביז אלעס וועט אויסוועפן (ביהמ"ד שיכון ב"ב איז נישט ר' אהרן'ס - הרב ר חיים הערש האט עס ביז יעצט געהאלטן פאר ר' אהרן און יעצט האט עס הרב ר חיים הערש גענומען פאר זיך )


לגבי די חסידי ז"ל
עס אללוועיס די נעבעכדיגע חסידי ז"ל האבן נעבעך נישט קיין שום חיות זענען פארנומען זיך צו פרייען ווען אנדערע האבן שוועריקייטן קומט יעצט די הייליגע טעג די נייטמעיר פון די יאר נעבעך

שוין אויסגעוואקסן מיטצוטאנצן מיט די נעבעכדיגע ז"ל פארטיי און זיך גיין טענהן אויף פרט ופרט ועל הכלל כולו אני יצא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2923
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:11 pm

@גאנצל קום אריין קלאר וואס איז די פלאן לגבי בני ברק??
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:20 pm

wait & see

די חסידי ז"ל באקומען דא גארנישט דעיס קענסטו זיכער זיין חוץ זיך פרייען ווי קליינע קינדער

ווי שרייבט איינער באישי זייער גוט

וואס עס גייט זיין צווישן חסידי מהר"א און חסידי הרב ר חיים הערש דארף מען נאך ווארטן צו זעין אבער די אויסגעשפילטע זאליס ווער טראכט אפילו פון זיי

וז"ל

די ארונים זענען שוין עקספיריענס מיטן ווערן באשולדיגט אלס מורדים פון זייער רבי'ן און זיי עקשנין זיך אז זיי זענען בעצם נישט. אזוי איז געווען ביים ברך משה. דאס מיינט, קיין מתנגדים פון ר' אהרן איז זיי לגמרי נישט עולה על הדעת צו זיין, זיי האלט נאכאלס ער איז קדוש קדוש קדוש. זיי זענען מומחים צו זיין און אזא פאזיציע, ממילא טשילטס זאליס, סקומט קיין שום ריכטיגע מרידה, און קיין סלייס אוו די פיי פאר די זאליס אין בני ברק איז זיכער גענצליך אויסגעשלאסן מטעם כל הצדדים, ממילא בארואיגטס ענק זאליס.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2923
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:24 pm

איך האף דו האסט איבערגענומען שמואל ווידער'ס פאזיציע אין די בלאט...

ווער געדענקט ווי די ארונים פלעגן געווינען נאך יעדע פארלוסט...

אויב דאס הייסט נישט "א מרידה" אפשר דיפיינסטו וואס די אפטייטש פון מרידה איז, די רבי האט 'קלאר' געזאגט וואס ער פארלאנגט פון זיינע חסידים אין בני ברק און מען פייפט זיך אריין...
די ערשטע מאל אין היסטאריע אזא סארט מרידה מיט אלע קליפערלעך דהיינו מען קען נישט זאגן די רבי קאלאכט וכדו'
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך גאנצל » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:26 pm

אוי צוריק צום אלטן שמואל ווידער.......

אי"ה מיין לעצטע תגובה צום ווידער זעין אן אנדערס מאל

ר' אהרן איז לע"ע נישט מסודר אין בני ברק ער האט זיך לע"ע אפגעלאזט פון אלע קינדערישע קאפ ווייטאג וואס ער האט געהאט מיט זיין נעפיו דער כפוי טובה 4 יאר פראבירט ער מיט אים צו פארהאנדלען זיך אראפגעלאזט צו זיינע קינדערישקייטן אויף א לעוול שפל מאוד און צוריק געכאפט פון זיין נעפיו אין זיבעטן ריפ ר' אהרן האט פראבירט צו שלינגען וויפיל ער האט געקענט און ר' אהרן'ס מענטשן האבן פראבירט מרחק צו זיין די עזי פנים וואס זענען געשטאנען אין וועג אבער אן ערפאלג הרב ר' חיים הערש מיט זיינע בריונים עומדים במורדם

דערווייל האט דאס געקאסט די גאנצע רוחניות אין די קהלה ר' אהרן איז נישטא זיך ארום צו שפילן ער האט אויפגעהויבן די קהלה עשר מעלות און גייט דאס נישט לאזן צופאלן ווייל זיין נעפיו קען זיך נישט אויסקומען מיט די הנהלה

איז ר' אהרן ווי א מנהיג געגאנגען און געטון וואס ער האט צו טון -אגב ר' אהרן ווייסט אויך אז היינט איז 2020 מיט טוויטער וואצעפס ליגענט און לה"ר אויפן ערגסטן פארנעם - ער האט דאס געמוזט אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל

האט ער געטון וואס יעדע בעה"ב אין זיין פאזישען וואלט געטון אין זיין ביזנעס קודם לאמיר מגלה זיין פאר אלע אז אין אני והוא יכולין לדור איך מיט אים גייען נישט ביינעזאם

מ'וועט זיך אי"ה מסדר זיין תחת הנהגת ונשיאות ר' אהרן והכל על מקומו יבוא בשלום

און הרב ר חיים הערש וועט זיך פירן א אייגענע מלוכה מיט זיינע חברה
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2923
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1150 מאל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:17 pm

די חסידי ז"ל פרייען זיך ווי בעביס, ווייל יעצט איז הוברר הדבר למפרע אז ר' אהרן איז קיינמאל אין זיין לעבן קיין נרדף נישטגעווען, ער האט פשוט א שרעקליכע פראבלעם אז ער קען נישט לעבן רואיג וויסענדיג אז ס'איז דא א מענטש אויף דער וועלט וועם ער איז שולדיג א טובה, און וועט טוהן אלעס אויף דער וועלט פטור צו ווערן פון יענעם. ווי סטאלין בדורו וואס האט גענומען זיינע נאנסטע מענטשן און זיי אפ געמאלן ווי די גרעסטע רעוואלטירער אן זיי אויסגעמעקט פון היסטאריע, די זעלבע נעמט יעצט ר' אהרן זיין גרעסטער פירער אין בני ברק, דער מענטש וואס האט אים דארט אנגעפירט אלע זיינע מחלוקת'ער, גערודפ'ט דעם פריערדיקער רב וואס איז נישט געווען קיין ארוני, און אויפגעשטעלט די שטערקסטע ארונישע באזע אויף דער וועלט. שטעלט ער זיך יעצט אויף אין האלט א דרשה אז בני ברק איז געשטיגן ברוחניות אין אלעס ווערט חרוב דורך ר' חיים הערש? ווער נעמט קעיר פון בני ברק די לעצטע צוואנציג יאר אויב נישט ר' חיים הערש? ווי קען א מענטש זיך אויפשטעלן אין מכחיש זיין אזוי שמש בצהרים?

די זאליס זענען פריילעך ווייל דאס זעהט יעצט יעדער איינער, אבער וואס נישט יעדער געדענקט איז אז דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר פאר דרייסיג יאר צוריק, ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט ר' משה גבאי זיך געהרג'ט פאר אים אין אנגעפירט מיט די טעראר אקעגן ר' אהרנ'ס שונאים, ר' משה גבאי איז צו פארדאנקען אז סאטמאר איז אויסגעוואקסן אזא מעכטיגע חסידות אינטערן ברך משה, אין דאס האט ר' אהרן אים נישט געקענט פארגינען, אז ער זאל זיין שולדיג א טובה פארן גבאי פארן אים צושטעלן א חסידות אויף א גאלדענעם טאץ. דערפאר האט ער אים אין די מיטל נ'ן יארן אנגעהויבן אינטער שטעלן פיסלעך אין פראבירט אינוערגעהעצט זיינע בחור'לעך אז טראצקי - סאררי משה גבאי, איז דער שונא נאמבער איינס פאר סאטמאר, און פראבירט צו פטור ווערן פון אים.

ליידער איז עס אים נאר נישט געלונגען און ר' משה גבאי האט אנשטאט דעסיידעט א אנדערע פיוטשער פאר סאטמאר מיט א מער באלאנסירטער רבי, און ר' אהרנ' ס תאוות השררה האט זיך אויסגעלאזט מיט א מעכטיגע דורכפאל. דאס חזר'ט זיך יעצט אלעס איבער, און עס איז שטוינענד צו זעהן ווי בלינד א מענטש קען זיין זיך נישט צו לערנען פון זיינע טעותים. ער טענה'ט אז ר' חיים הערש וויל אוועקכאפן בני ברק, אבער ער איז דאך דיינס א מענטש, ער גייט נישט ווערן אויס חסיד מהר"א ווילאנג מהר"א לעבט, לאחר מאה ועשרים וועט ער עס אוועקכאפן פון ר' מענדעלע? ר' מענדעלע זיין שוואגער פארגינט עס אים בחפץ לב און בעט זיך ביים טאטן זיך ארויסצולאזן פון די טינופת, אבער דער משוגענער קען זיך נישט אפלאזן דערפון, די חוצפה אז איינער וועם ער איז עפעס שולדיג פראבירט צו נוגע זיין במלכותו לאזט אים נישט שלאפן ביינאכט, ער וועט זיך ענדערש אויסטוהן נאקעט פארן ציבור ווי איידער נאכלאזן מפני השלום והנארמאלקייט.

די חידוש איז נאר אז די דיקשאנערי איז געבליבן די אלטע, חיי שעה... וואלן אין בית קויפמאן.. געווינען.. קומטס כאטש אויף מיט נייע ספינס...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:25 pm

מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

הודעהדורך עמעזאן » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:48 pm

מנחם ציון האט געשריבן:משה האט אויך עפעס צו זאגן

דאס איז אן אלטע מעשה איבער א יאר צוריק נישט פריש פון יעצט
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2075
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 1:52 pm

אויף די אלע קינדערישע שטותים פון די זאליס וכדומה וואס פרייען זיך חיי שעה וועל איך נישט ענטפערן
איך וויל פרעגן א צווייטע זאך, שטעלטס ענק פאר ווען רח"ה קומט אן צום חומש סעודה פון זיין אייניקל און מ׳ לאזט אים נישט אריין
א טאג דערנאך קומט ער צו זיין אייניקלס ברית און מ׳ לאזט אים נישט אריין, די וועלט וואלט זיך איבערגעדרייט, היתכן גערעכט צו נישט, אבער נישט אריינלאזן צו א אייניקלס שמחה? כבר הי׳ לעולמים און פון די איינציגסטע צייטן וואס מ׳ האט געהאט סימפאטיע מיט מהר"א איז געווען ווען מ׳ האט נישט געלאזט זיין טאטן קומען צו זיינע שמחות
גייט מען אויפ׳ן דרך הישר, מ׳ גייט אים נישט פארשיקן א טאג נאכדעם וואס מ׳ האט אים ארויסגעווארפן, מ׳ געט אים צייט זיך מסדר צו זיין ערגיץ, מ׳ טריט אים מיט זיידענע הענטשקעס , אה א סימן אז ער האט געווינען
איין זאך קען איך אייך זאגן, ימים ידברו
אגוט שבת

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:17 pm

זיידענע הענטשקעס = אנרופן א מושחת.

אויף וועלכע עולם וואוינסטו?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר ווארפט ארויס זיין נעפיו פון בני ברק

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:45 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זיידענע הענטשקעס = אנרופן א מושחת.

אויף וועלכע עולם וואוינסטו?
או אנדערע וועלט ווי די
ווען הרב שך האט געריפן ליבאוויטש מיט זייער רבי׳ן מיט כל לשונות גנאי, איז געווען עפעס ראנג?

אויב איז מהר"א גערעכט מיט זיין טענה מעג ער און ער איז מחוייב עס צו טון
אויב נישט טאר ער נישט
סא מיר זענן דא נאר דן ווער עס איז גערעכט, אלעס אנדערש איז אירעלעווענט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:00 pm

דו מוזט דא האלטן קאפ ביים פארטיידיגן די פארטיי. די שאלה איז וויאזוי דו האסט דאס אנגערופן זיידענע הענטשקעס. קיינער האט נישט געזאגט אז הרב שך האט באהאנדלט דער ליובאוויטשער רבי מיט זיידענע הענטשקעס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:03 pm

מנחם ציון האט געשריבן:
וען די באלשעוויקעס און די מענשעוויקעס האבן זיך געשלאגן איבער די מאכט אין רוסלאנד, איז דער רבי רש"ב אמאל ערגעץ געפארן מיט זיין בעלעגלה דער גוי. אין מיטן האט ער א פרעג געטון פאר'ן בעלעגלה וואס טיילט אפ צווישן די צוויי פארטייען? וואסי די חילוק? האט דער גוי געזאגט, "ווען מ'פארט מיט די פערד און וואגן, מאכט זיך אמאל אז די פערד לאזט אראפ א היבש שטיקל, און דערנאך פארן אריבער די רעדער און מאכן אזא פס. דער פס איז וואס טיילט אפ די צוויי פארטייען".

יוי אי דעיס א גוטע מעשה :lol: :lol: :like :like

נא דיר לשון המקור פון וואנעט איך האב עס באקומן
ההבדל בין המפלגות
פעם נסע הרבי הרש"ב בעגלה עם העגלון ״פעשע דער בעל-עגלה״ ושאלו הרבי מה ההבדל בין הבולשביקים והמענשיביקים? (שתי מפלגות קומוניסטיות נגדיות)

וענה פעשע: רבי ראית שהסוס תוך כדי הליכה עושה את צרכיו ואח"כ עוברת על זה העגלה ועושה פס באמצע (הדרעק)?

- הפס הזה הוא החילוק בין שתי המפלגות...
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

הודעהדורך לכבוד שבת קודש » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:09 pm

מ'שמועסט אז ס'איז דא א דיל אונטערן טיש, עפענען דעם בית-החיים און אראפנעמען דעם וואנט, פאר דער בית-המדרש אין בני ברק.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 3:52 pm

אנאליז פון ר' ס. ר.

השתא דאתינא להכא. בלייבט איבער צו פארשן א סינעריא וויאזוי דאס גייט זיך אויסלאזן.

און רוב פעלער ביי גרויסע וועלט פירער מיט די סארט נאטורן האט זיך עס געענדיגט אדער מיט זעלבסמארד אדער א פוטש.

וואס ביידע איז דאך נישט שייך זאל פאסירן ביי א חסידישן רבין (אחוץ אז מזאל גלייבן אז 2020 האט באשאפן נייע מושגים)

איז וואס יא.

דאס איז זיכער אז יעדן טאג לענגער וואס דער אהרן לעבט פון יעצט און ווייטער איז נאר לרעתו. ער איז שוין אריבער דעם העכסטן פונקט פון לפני שבר גאון.

א נאנטער ביישפיל איז זיין טאטע וואס זיין אריכת ימים האט אים נאר משפיל געווען נעבעך.

און ער איז נאך יונגער ווי דער טאטע בשעתו און איז נאך פיזיש געזינט. אבער גענוג אלט אויף צו פארלירן שליטה אויף זיינע שוואכקייטן.

בדרך הטבע וועלן זיינע קומענדיגע שריט אים נאר זעלבס שעדיגן און פירן צו גרויסע פלאנטערס מיט זיינע משפחה און נאנטסטע מענטשן.

א פשוטע גרינגע קאלקולעישאן איז יעצט זיין מענדל. ער גייט ערווארטן פון אים די פילסטע געטריישאפט פאר זיין מלחמה קעגן חיים הערש. וואס ער גייט נישט קענען נאכקומען. און פון דא און ווייטער איז דא 100 וועגן פאר א פולקאמע בירגער קריג ביי זיך און שטוב.

פון די אנדערע זייט גייען מענטשן נישט אוועקגיין יעצט. קודם איז נישט דא ווי. און מער פון דעם האבן מיר שוין געלערנט בעבר ווי שווער עס איז צו איבערלאזן א פלאץ נאך 30 יאר נאכן משקיע זיין עטליכע דורות.

און דאס בלייבן אינעווייניג מיט בושה און כעס גייט נאר מער פארברענען די גלויבן און אלע יסודות פון יארן הארעוואניע. נישט אז מגייט עס תיכף זען וואס דעמאלס וואלט דער סם נישט געווען אזוי פאטאל. וואלט זיך מערסטענס געענדיגט מיט א קאלטע זאלי כפירה.

נאר פארקערט ווייל סאיז און א שטארקע געבויטע פארטיי גייט די איינגעהאלטנקייט אנזאמלען פיל מער פי עס איי אונטערן שטאפער וואס אונדרויסן וועט מען גארנישט זען אז דא פארמירט זיך א וואלקענא.

דער סוף וועט זיין צו נאך זיין טויט צו ביים פולקאמע מרידה. גייט אלעס גיין פייפן. נישט אז איינער צו צוויי וועלן איבערנעמען און אים לאזן קאלעכן. נאר סגייט ווערן צוברעקלט אויף צענדליגער חלוקות.

א שטייגער ווי ברסלב. א שטארקע מאוומענט מיט טויזענטער מעמבערס אן א בעל הבית. דער נאמען סאטמאר וועט זיין א שטח הפקר פאר יעדן קרוב וגואל פון סיי וועלכן טייטלבוים אייניקל די בכל אתר ואתר.

צענדליגער רביס און רביים וועלן ארווסוואקסן איבערנאכט יעדער מיט זיין קנייטש ווער גרעסער ווער קלענער אבער מיט א געצוימטע שליטה אויף א געגנט צו א קבוצה.

אהרן טייטלבוים וועט לכאורה זיין דער לעצטער פון די תמרים דינאסטיע וואס האט געקענט שולט זיין אויף דעם פארנעם און סייז.

דער חילוק איז נאר ווי פרי ער וועט שטארבן. דאס וועט לאזן זיין נאך טעם קלארער.

זיינע גוטע פריינט זאלן מתפלל זיין ער זאל זיך וואס פריער לייגן. און מיר וואונטשן אים אריכות ימים בבריאת השלימות
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1027
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1656 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 4:24 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן: נישט אז איינער צו צוויי וועלן איבערנעמען און אים לאזן קאלעכן. נאר סגייט ווערן צוברעקלט אויף צענדליגער חלוקות.

א שטייגער ווי ברסלב. א שטארקע מאוומענט מיט טויזענטער מעמבערס אן א בעל הבית. דער נאמען סאטמאר וועט זיין א שטח הפקר פאר יעדן קרוב וגואל פון סיי וועלכן טייטלבוים אייניקל די בכל אתר ואתר.

צענדליגער רביס און רביים וועלן ארווסוואקסן איבערנאכט יעדער מיט זיין קנייטש ווער גרעסער ווער קלענער אבער מיט א געצוימטע שליטה אויף א געגנט צו א קבוצה.

אהרן טייטלבוים וועט לכאורה זיין דער לעצטער פון די תמרים דינאסטיע וואס האט געקענט שולט זיין אויף דעם פארנעם און סייז.


זאגסט גוטע נייעס, נאר צו שפעט. הלוואי ווען דאס פאסירט אין תשל"ט, און דאס מוז פאסירן אין יעדער חסידות און קהלה. עס איז נישט מעגליך במציאות אז איין מענטש זאל האלטן אזא גרויסע ציבור אויף זיין הארץ, ער קען נישט צושטעלן וואס זיי דארפן, און מענטשן מוזן דורכפאלן. מ'דארף נישט איבערחזרן די חרבן דערפון.

דער צמח צדק שרייבט אין א בריוו פארוואס די חסידים האבן מבטל געווען די רבנים אין שטעט פאר גרויסע רבי'ס, קוקט'ס דא. און דאס גילט אוודאי נישט מיט די רביס, ווייל אזא רביסטיווע קען נישט גיין בירושה. ממילא מוז מען צוריק גיין צום אלטן, יעדער קהלה און חבורה האבן א פירער לויט זיין פארשטאנד. אוודאי וועט זיין פארשידענע דורכפעלער דורך פירערס וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכון, אבער בעסער ווי ריזיגער דורכפעלער, ווי הונדרעטער טויזענטער מענטשן מוזן טוישן זייער גאנצע לעבן, פאר די קאפריסן פון איין פארשוין
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3293 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9136 מאל

הודעהדורך חתם סופר » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 10:09 pm

של''ס
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20200829-WA0004.jpg
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1096 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט