פרשת סאטמאר ב"ב VS פרשת צאנז ירושלים

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

פרשת סאטמאר ב"ב VS פרשת צאנז ירושלים

שליחה דורך מהיכי תיתי »

ס'איז הימל, ערד, סאדיגורא און סאטמאר ב"ב.

וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט הערט מען חסידים זיך מפלפל זיין אין די דברות קודש 'הלנו אתה אם לצרינו' דורך כ'ק די סאטמארע רבי שליט"א פון קר"י. אזש גאנצל מיט לאקש האבן זיך ביידע אויפגעוועקט פונעם בערישן ווינטער שלאף און שארפן זיך די ציין אזויווי דער מוהל פונעם מארגנדיגען ברית אינעם שיכון שארפט זיין מעסער.

א גרויסע פראצענט דעות זאגער, ובתוכם רעספעקטפולע ניקס דא אינעם שטיבל, האבן נישט קיין אביעקטיווער בליק אויף די מחלוקת בכלליות און די דרשה בפרט. לדוגמא, די לאנג-יעריגע אפשפעטער פון די סאטמארער רבי פון קר"י שליט"א פאמאסקעווען זיך מיט די דרשה, און אפילו לו יהא אז די רבי איז גערעכט און די רבי האט טאקע געניצט די ריכטיגע אויסדרוקן, וועלן זיי נאכאלץ איבערקייען די דרשה נאכאמאל און נאכאמאל מיט זלזול.

און אזוי ווייטער איז דא גאר אסאך מענטשן וועלכע קומען צום בילד מיט א פריערדיגע הנחה, און לאור דעם אנאלאזירן זיי די נושא. ליטאים, בעלזע, בני יואל, חסידי סאטמאר-וומסב"ג. און אפילו אינערהאלב חסידי סאטמאר-קר"י: מתנגדי הרב חיים שלמה, מתנגדי הרב הירצקא (העצער) שטיין, מתנגדי הרב מאיר הירש, אלע וואס א מיינונג וועגן די צעירים-וויליאמסבורגער רב סומאטאכע. און אזוי ווייטער און ווייטער.

איין וועג וויאזוי צו פרובירן צו באקומען א שטיקל אביעקטיוון בליק אויפן נושא, איז צוריקצוקוקן צו א פריערדיגע ענליכע מעשה און זעהן וואס איז למעשה געבליבן דארט. מצד דיני תורה, ווען רעלעוואנט די דיני דמלכותא אויב ס'איז אנגעקומען אין קאורט און צום לעצט דעת הקהל.

די לעצטע מחלוקת וואס לדעתי קען מען צוגלייכן צו מחלוקת סאטמאר ב"ב איז מחלוקת צאנז ירושלים. אויך א רבי (האדמו"ר מצאנז פון נתניה שליט"א) וואס האט געהאט א רב (הרה"צ רבי בערל ווייס שליט"א) וואס האט זיך נישט מכניע געווען אונטער איהם. אויך משפחה (רבי בערל איז אן איידעם ביי די פריערדיגע צאנזע רבי זצ"ל) און אויך א קאלטע קריג וועלכער האט אויפגעפלאקערט.

סוף פסוק אין צאנז ירושלים: רבי בערל שליט"א איז ארויסגעגאנגען די פארלירער בדין תורה ובבית משפט. הגם אינעם דעת הקהל איז ער געבליבן אלס א גאון און א צדיק.

ס'דא אסאך מאריך צו זיין ביים פארגלייכן די צוויי. אבער היות איך בין נישט זיכער צו ס'דא צופיל מענטשן דא וואס קענען די פרשה בכלל וועל איך ווארטן צו הערן פונעם עולם אויפן נושא.

(גילוי נאות: בשעת איך האב געלערנט אין ישראל איז די צאנז ירושלים פרשה געווען אקטיוו, און האבנדיג מיין דירה אינעם געגנט האט געצויגן מיין אינטערעסע די מחלוקת)

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר