הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

הייליגע ברסלב'ער חסידים: פארט נישט היי יאר קיין אומאן

שליחה דורך רימון »

דער חסידישער קיבוץ אין אומאן יעדעס יאר אום ראש השנה איז פון די שענסטע אידישע מאורעות פונעם גאנצן קיילעכיגן יאר. א פלאץ וואו טויזנטער אידן יראי ה' קומען זיך צוזאם ווייל זיי האלטן זיך נאנט צו א רבי'ן וואס לערנט זיי אויס וויאזוי צו לעבן מיט אמונה בה' און תמימות און שמחה און שטארקייט אין אלע מצבים. א הייליגע ליכטיגע אהבת ישראל'דיגע קיבוץ וואו טויזנטער אידן קומען זיך אויסוואשן דאס הארץ, זאגן די צען קאפיטלעך תהלים מיט השתפכות הנפש, איבערלאזן דעם פארגאנגענהייט פון הינטערוויילעכטס און אנהויבן א בלעטל פונדאסניי מיט תקוה, בטחו בה' עדי עד און פאזיטיווקייט.

א ליכטיגקייט פילט אן די הייליגע געסלעך אין דעם קרתא דשופריא. א פלאץ וואו אלע זענען גלייך, די זשאדזשמענטלקייט לאזט יעדער איבער אינדערהיים און אין אומאן זענען אלע אייניג און הייליג. יעדער איד איז באליבט און חשוב, נישט קיין חילוק צי ער טוט שיינע שידוכים אדער נישט אזעלכע שיינע שידוכים, צי ער איז א בחור אדער פארהייראט אדער גע'גט, צי ער איז פרום אדער ער דארף נאך חיזוק אין אידישקייט, צי ער איז דער גרעסטער צדיק אדער דער פשוטסטער איד, אלע קומען כאיש אחד בלב אחד, יעדער וויל זיך מתאחד זיין און ווערן פאראייניגט מיט די טויזנטער אידן וואס זענען דארט און בשם כל ישראל אויס'פועל'ן א גוט יאר פאר זיך און פאר דער משפחה. ווען מ'האלט מיט די גריסן פון אומאן וויל זיך וואונטשן א גאנץ יאר אומאן. הלואי ווען מ'קען ווען אביסל אנפילן די געסלעך פון לי עוועניו, דרייצנטע עוועניו, מעין סטריט און פארעסט ראוד מיט אביסל פון דעם אומאנער גייסט.

יעדעס יאר ווען ס'קומט אזא צייט קוק איך מיט קנאה אויף די הייליגע אידן וואס לייגן זיך אוועק א דאלאר אויף א דאלאר און פארן פארברענגען א ראש השנה מיט ווייניג מאטעריאליזם און אסאך רוחניות, מיט ווייניג גאווה און אסאך ענווה און ביטול צום צדיק. ווען איך זע די ווידעאס פון זכור ברית אין קלויז אדער תיקון הכללי ערב ראש השנה איבער די גאסן, פאלן פון מיינע אויגן הייסע טרערן און פון הארץ פארבינד איך מיך מיט די טויזנטער הערצער. איך בין מקנא דעם איד וואס איז דארט, איך בין מקנא דעם איד פאר די שוועריקייט און מניעות וואס ער האט געהאט אנצוקומען אהין. איך וויל אויך האבן די מניעות. איך בין מקנא דעם איד פאר זיינע געגועים א גאנץ יאר קיין אומאן. איך בין מקנא דעם מלמד וואס מ'זאגט אים אפ פון זיין פאסטן ווייל ער האט א רבי'ן וואס לערנט אים א דרך חיים ותוכחות מוסר, און אפילו איך בין נישט אין אומאן בין איך זיך מקשר מיט די אידן און איך רעכן מיך ווי זייערס ברידער וקְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא אז אפילו איך בין נישט אין אומאן זאל איך כאטש אריינברענגען אומאן אין מיין הארץ.

מיט דער הקדמה וויל איך ארויסקומען מיט א ביטערע כרוז צו מיינע הייליגע ברסלבער ברידער: פארט נישט היי יאר קיין אומאן!

אין פרידנסצייטן וואלט געווען ווארעמהארצנד צו זען די בילדער ווי אידן פארשטעלן זיך ווי גוים, שלאפן אין וועלדער און פעלדער, זענען נע ונד פאר וואכן לאנג און לאזן זיך קאסטן גרויסע געלט פאר גרעניץ שווערצערס אלעס צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. היי יאר שמעקט עס פון א טראגעדיע.

עס איז נישט קיין ספק אז פאר א ברסלבער חסיד איז זיין ראש השנה ביים רבי'ן די וויכטיגסטע זאך סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, אבער אלעס ביז ס'קומט לידי סכנה און מ'לייגט אריין אין געפאר זיך אליין, די אייגענע משפחה, די אייגענע קהלה און חברים וואס פארבלייבן אין זייערע היימען.

עדיין השטן מרקד ביננו, עס זעט דאך יעדער איינער אז דער קאראנא ווירוס איז נאכנישט קיין פארגאנגענהייט. ליידער הערט מען יעדן טאג שלעכטע בשורות פון ארץ הקודש און אין אנדערע לענדער איז מען נאך אויך נישט אינגאנצן פטור. עס איז נישט קיין סוד אז אין אומאן קומען צו פארן אלע מיני מענטשן פון אלע ערליי לענדער און ווען מ'רעדט פון אזא גרויסן ציבור זענען ליידער אויך פארהאן אומפאראנטווארטליכע פארשוינען וועלכע גיבן נישט אכטונג אויף זיך און אויף אנדערע.

ווי דער פאקט האט געוויזן האט די ווירוס א שטערקערע שאנס זיך צו פארשפרייטן אין ערטער ווי מ'טרעפט זיך אן מיט מענטשן וואס קומען פון איבער די גרעניצן. ס'איז שרעקעדיג צו טראכטן, אבער דער קיבוץ אין אומאן קען זיך אויסשטעלן צו פארוואנדלט ווערן אין א מאנסטערישע עפי-צענטער וואס וועט פון פריש פארשפרייטן די ווירוס אין די היימישע געגנטער ותוצאותיה מי ישורנה.

דערפאר קום איך ארויס מיט א הייסע כרוז און א הייסע בקשה צו מיינע הייליגע ברסלבער ברידער, מיט'ן גרעסטן רעספעקט און אנערקענונג פאר די חשיבות פון פארן קיין אומאן, במר נפשי אבקש, אל נא אחי תרעי תלך בדרך איתם! נישט דאס האט דער רבי געמיינט, אז מ'זאל קומען צו פארן קיין אומאן ווען ס'איז חלילה חב לאחרינא און ס'איז דא א צד סכנה פאר'ן גאנצן יהדות החרדית.

און צו מיין טייערער ברסלבער ידיד וואס נייגט צו אן אויער צו מיין הארציגער געבעט: דו ווייסט דאס בעסער ווי מיר אז גאנץ תורת ברסלב איז געבויעט אויף פנימיות ווי איידער חיצוניות, אויבער דער רבי האט געוואלט פועל'ן עפעס ביי זיינע תלמידים איז עס געווען אז מ'זאל לעבן מיט אמונה און מקבל זיין סיי וועלכע גזר דין באהבה. דער גאנצער עמל פון רבי'ן איז געווען אז א איד זאל וויסן אז באשר הוא שם קען ער ממליך זיין דעם אויבערשטן און טון זיין רצון. אין ספרי ברסלב דערציילט מען אז רבי נחמן האט מקיים געווען כל התורה כולה אין תפיסה (אדער אויף א שיף) ווייל כל לבבות דורש את ה'. וואס איז ווערד זיך צו פאררופן א ברסלבער חסיד אויב מ'דארף אויספירן און זאגן כוחי ועוצם ידי און מוזן זיין אין אומאן אפילו ווען דער רצון ה' איז אנדערש. ווייז פאר'ן רבי'ן אז דו ביזט אן אמת'ער חסיד וואז איז מבטל רצונו מפני רצונו של מקום און ברענגט אריין אין אומאן אין זיין הארץ ווי איידער זיין הארץ אין אומאן.

טייערע הייליגע ברידער, איך וויל נישט אז איר זאלט מיינען אז איך זוך סתם איבערצוטרייבן און מחמיר זיין. מ'איז שוין זעקס חדשים אין דער ביטערער תקופה און באיזה אופן מוז די וועלט אנגיין. אויך מעג מען אנערקענען דעם פאקט אז די היימישע געגנטער שטייען אין א פארהעלטניסמעסיג בעסערן מצב. איך וואלט נישט געזאגט מ'זאל נישט קומען אין שול הגם כ'וואלט יא געזאגט מ'זאל זיך וואשן די הענט און מענטשן מיט קאמפראמיזירטע אימיון סיסטעמס אדער זענען עלטער פון 65 יאר זאלן באזונדער אכט געבן, כ'וואלט נישט געזאגט מ'זאל פארשפארן חדרים, איך וואלט אבער יא געזאגט מ'זאל לייגן זייפלעך ביי אלע קראנען, באזייטיגן האנטוכער און ברענגען וויש פאפיר און אויסלערנען די קינדער זיך צו וואשן די הענט. איך וואלט נישט פארשפארט די שולעס, איך וואלט אבער יא גע'עצה'ט אז מ'זאל טשעקן די טעמפעראטורן פון די תלמידות פון צייט צו צייט.

פארשטייט אבער אז מ'קען נישט ארויסלערנען פון וואס מ'איז זיך מורה היתר אנצוגיין מיט'ן לעבן צו ערלויבן דעם קיבוץ קיין אומאן, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזנטער אידן צעקוועטשט ווי סארדינען פון צענדליגער לענדער, אין א פלאץ וואו ס'איז כמעט אוממעגליך צו קאנטראלירן דעם המון עם, און עס פעלט נישט אויס מער ווי איין אנגעשטעקטער וועלכער זאל פארשפרייטן די מגיפה און אנצינדן א פרישע קאראנא פייער אין יעדע איינציגע חרדישע געגנט פון איבער די גאנצע וועלט וואס האט די פאטענציעל פשוט צו קאסטן אידיש לעבנס רח"ל.

אזויפיל האבן מיר שוין געזען אז מיר אפערירן אויף אן אייגענע גאלאפ. מיר זענען שנעלער אנגעשטעקט געווארן צוליב פורים און דערפאר האבן מיר שנעלער באקומען "הוירד-אמיוניטי" (לפי ערך) ווי די אלגעמיינע גאס. לאמיר אבער נישט אויסנוצן אונזער אייגנארטיגע כאראקטער אז עס זאל אונז שטויסן אין פנים אריין, לאמיר זיך באהיטן. לאמיר נישט אנברענגען א צווייטע כוואליע בידים ה"י.

לאמיר זיך מונע זיין צו פארן איבער גרעניצן, בפרט צו א פלאץ ווי אזויפיל מענטשן פון אזויפיל לענדער קומען זיך צוזאם, לאמיר געדענקען די רייד פון הייליגן רבי'ן אז א ברסלבער חסיד רירט זיך נישט אוועק פונעם שלחן ערוך קיין קוצו של יו"ד און זיכער איז ער זיך נישט מקיל ווען ס'קומט צו חמור שבחמורות ווי פיקוח נפש און ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

דערפאר הייליגער ברסלבער ברודער וואס האט די זכי' זיך אנצוקערן צום נחל נובע מקור חכמה און זיך אנטרינקען מבאר מים חיים, בעט איך אייך פון טיפן הארצן: בלייבט היי יאר אינדערהיים, מאכט אייער שטוב און אייער שול און אייער שטענדערל פאר דעם רבינ'ס קיבוץ. עס איז נישט קיין ספק אז תלמיד שגלה גלה רבו עמו און דער צדיק וועט זיך געפינען אינאיינעם מיט זיינע תלמידים באשר הוא שם, און די אלע וואס וועלן חס זיין אויף זייער געזינט און אויף דעם געזונט פון כלל ישראל און פארציכטן אויף די אייגענע רוחניות -- כידוע אז פאר'ן אויבערשטן דארף מען אוועקגעבן אפילו די רוחניות אויך -- וועלן געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און אלע השפעות טובות, און מה התם אף כאן, דער צדיק וועט אויס'פועל'ן א זיס לעכטיגע יאר און א כתובה וחתימה טובה לנו ולכל בני ישראל אמן.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר