מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

מהר״א: מ׳שניידט שוין נישט ווייץ אין לאנג איילענד

שליחה דורך כלבאשבוע »

מדברי אדמו״ר מהר״א אצל שבע ברכות של נכדו בנו של אב״ד סאטמאר וויליאמסבורג:

די (לאנג איילענד) ווייץ איז זייער שוואך, מהאט יארן לאנג געגעסן זייער שוואכע מצות, כהאב מעורר געווען און מהאט מיך פארשריגן אז כבין משנה די מסורה, מהאט געשניטן היי יאר ווייץ און סקומט שוין נישט פון לאנג איילענד! משניידט שוין נישט אין לאנג איילענד! נישט ווייל אין לאנג איילענד וואקסט שוין מער נישט ווייץ, נאר זיי שעמען זיך מודה צו זיין על האמת אז מהאט געגעבן פאר אידן צו עסן שוואכע מצות יארן לאנג ווייל סהאט נישט געפאסט מודה צו זיין על האמת

כהאב מיך נישט ארומגעקריגט ווייל כהאב געוויסט אז די אמת וועט ארויסקומען, ווילאנג קען מען בלאפען? אידן עסן היינט אסאך מער כשרע מצות ווי מיט יארן צוריק, כדאנק דעם הייליגען באשעפער אז כהאב א חלק אין דעם

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר