דורך מאך זיכער » זונטאג מערץ 07, 2021 2:41 am
עס שמעקט אז היכל הקודש דברסלב איז אויפן וועג פון פארוואנדלט ווערן אין א געהעריגע קולט, א רעפארמירטער לב טהור. מען אפפערט דארטן סיפוק און פרייליכקייט אזוי ווי אין לב טהור, אויפן זעלבן וועג וויאזוי עס האט געארבעט אין אלע אידישע קולטן די לעצטע פאר יאר. ביי רומפלער און אין לב טהור האט מען אויך פראקלאמירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג אין עבודת השם און אז אין אלע אנדערע פלעצער איז מען נישט קיין געהעריגע אידן. אויך האט מען דארטן אנגעהויבן חתונה מאכן פאר די צייט, און אויך האבן די פירער פון די קולטן באשטימט ווער עס זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווער עס זאל זיך אפטיילן פון וועמען.
ביזדערווייל האט מען נאכנישט געהערט פון קיין גיטין אין היכל הקודש, אבער דאס קען זיין וויבאלד דער ראש ישיבה האט נארוואס אנגעהויבן פארפיגן אין די קידושין אפטיילונג, עס קען זיין אז ער וועט דאס נעמען א שטאפל ווייטער און עס וועט שוין זיין צו שפעט. לאמיר נישט פארגעסן אבער אז לויט וויאזוי זיינע געטרייע תלמידים טענה'ן איז ער פשוט אן עסקן און א געטרייע מענטש וואס וויל נאר דאס גוטס פון זיינע תלמידים, אבער פונדרויסן זעט היכל הקודש אויס ווי זייער א שטרענגע פלאץ וואו מען פאנגט מענטשן. עס איז שווער צו גלייבן אז א בחור'ל פון זיבעצן יאר זאל שוין ווילן חתונה האבן, און עס איז אויך שווער צו גלייבן אז מיידלעך פון זעכצן יאר זאלן ווילן הייראטן באמעס וואס לערנען אויף סקילמען.
די שיעורים פון ר' יואל ראטה אויף שלום בית ווערן געזאגט זייער שטרענג, אבער למעשה טוט ער בארירן נקודות וואס זענען וויכטיג פאר יעדן איינעם צו וויסן, און ער דערוואגט זיך אפילו צו רעדן זייער ברייט איבער ענינים וואס חתן רבי'ס וואלטן אויסגעמיטן... עס קען אבער גאר זיין אז דאס איז אויך א טאקטיק וואס ער האט גענומען כדי מענטשן זאלן צו אים נמשך ווערן. לענ"ד איז ער אבער נישט קיין בייזוויליגער מענטש, ער מאכט געוויסע טעותים וואס קענען אים אריינפירן אין ווערן א קולט פירער וואס קען ביים סוף ווערן גאר מסוכן, ער וועט זיך מוזן דורכרעדן מיט קלוגע אידן וויאזוי איבערצוקומען דעם פראבלעם, ווייל אויב וועט ער זיך טרעפן מיט א שטעטל פון נאר זיינע חסידים קען ער ארויסגיין פון די גלייזן, און זייענדיג אומערפארן און אימפולסיוו קען עס זיין א גרויסער פראבלעם פארן צוקונפט פון זיין קהילה.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.