דער סאדיגורער ביים בעלזער - וואס האבן זיי דארט געטון?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן

דער סאדיגורער ביים בעלזער - וואס האבן זיי דארט געטון?

הודעהדורך אבשלום בן מעכה » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:55 pm

א נייעס איז געווען באקאנט אין די גאנצע וועלט, אז דער נייער סאדיגורא רבי איז געקומען א באזוך צום בעלזער, דעם ערשטן מאל אלס רבי. בהמשך פון דעם באזוך זענען זיי געזעצן אליינס א לענגערע צייט, און דערנאך האט דער בעלזער ארויסבאגלייט דעם יונגן רבי'ן ביז צו זיין אוטו, אים אפגעבנדיג כבוד מלכים, אזאנס וואס ער טוט כמעט נישט פאר קיין איין גדול בישראל.

וואס פונקטליך איז דארט געווען?

דער בעלזער איז שוין אויף דער עלטער, ער ליידט נעבעך געפערליך, ער זיצט דיפרעסט און קוים וואס ער קריכט ארויס פון זיין וואטע. ער טוט שוין היינט כמעט גארנישט, דאוונט שפעט און קוים וואס מען קען צוקומען צו אים. היינט איז ער כמעט אילאזירט פון די וועלט, קוים וואס ער האט שייכות צו דרויסנדיגע, ווען מען לאזט שוין יא אריין צו אים, איז דאס קוים אויף א סקונדע און די גבאים טרייבן פון אלע זייטן, און ער אליין, איז אנגעצויגן, דיפרעסט, שרייט אויף די אייגענע גבאים, האט נישט קיין סיפוק און איז אנידערגעשלאגן.

דער יונגער סאדיגורא רבי קומט צו גיין, דעם ערשטן מאל, און אט דערזעט ער א יונגע רבי, פריש ארויס פון ישיבה, מיט שיין-געמאכטע פיאות, ער קען אמת'דיג שמועסן און פארברענגען מיט אים... ווען האט ער דאס בכלל געהאט? - א געדאנק בליצט אויף אין זיין מוח, ער באפעלט גלייך "הוציאו כל איש מעלי"... דאן ווענדט ער זיך צום נייעם רבי'ן זאגנדיג, "גיב א קוק, דו האסט יעצט אן איינמאליגע געלעגנהייט, איך וועל דיר ארויסבאגלייטן ביזן אוטו, וועסט האבן כבוד מלכים, דיינע פיינט וועלן פלאצן און יעדער וועט זען אז דו ביסט דער רבי... דו ווילסט נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט".

דער סאדיגורער גיבט א טראכט, 'יא, דער געשעפט לוינט זיך!.

ביים ענדע פונעם וויזיט, האט דער רב שליט"א ארויסבאגלייט זיין געהויבענעם גאסט בכבוד מלכים, בשעת די גאנצע וועלט זעט און האלט מיט ווי אזוי דער רב בכבודו ובעצמו איז אים מכבד כאחד הגדולים אשר בארץ, אראפגייענדיג ביזן מאשין און יעדער זעט אז יא, דאס איז סאדיגורא רבי.
אבשלום בן מעכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:07 pm

באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3074 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:33 pm

דאס מיינט אז בקרוב קומט א ביקור גומלין?..
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך פליישיג » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:55 pm

פשיהא!! מעכטיג געשריבן!
קען מיר זיין פרענדס?
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 1:37 am

וואס איז געשעהן מיט צימעס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 3:28 am

מפיל קינד האט געשריבן:דאס מיינט אז בקרוב קומט א ביקור גומלין?..

נעע שווער צי גלייבן .. טו מאטש
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 3:01 am

נאכדעם וואס די סדיגורא ינוקה האט אנגענומען די כיבוד האט די בעלזע רבי צוגעלייגט א תנאי אז פון היינט אין ווייטער דארף די ינוקה שפילן אלץ חסיד פון בעלזע רבי און אין אויסטויש וועט די בעלזע רבי שטארק מכבד זיין די ינוקה. א ווין-ווין סיטואציע.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2657
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2752 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 3:12 am

@שמעון וואלף, וויאזוי האסטו דאס צוגעלאזט?
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 1:23 pm

וואס הייסט? כבוד בעלזא!
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך חקרן » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 8:41 pm

איך מיין אז רוב פון די ליינער, האבן נישט געכאפט דעם עומק הדברים וואס דער פותח האשכול האט אינזינען געהאט, וד"ל.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

הודעהדורך פליישיג » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 3:52 am

חקרן האט געשריבן:איך מיין אז רוב פון די ליינער, האבן נישט געכאפט דעם עומק הדברים וואס דער פותח האשכול האט אינזינען געהאט, וד"ל.


אוודאי אוודאי, ער איז דאך טיפער ווי טיף.
ער קען שוין באלד ווערן א שרייבער אין דער וועקער.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך סמבטיון » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 11:55 am

איינע פון די סיבות פארוואס עס פארגייט מיר די אפעטיט אריינצוקמען אין קאווע שטיבעל, לאמער נישט אריינגיין און די מיעסקייט פון זיינע ווערטער, אויף א גדול בישראל א מנהיג פון טויזענטער יודן, וואס ער איז פאר זיי ווי א געטרייע טאטע, און כמים פנים אל פנים, אבער די שקר!, סאדיגערע רבי איז בכלל נישט דארט געווען די וואך און נישט לעצטע וואך אויך נישט., ער איז געקומען די זעלבע טאג וען זיינע אנדערע ברידער זענענן געקומען ,און יא די רב האט שטארק ארויסגעוויזן זיין שטיצע צו דעם יונגן רבי און אים באגלייט ביזן קאר. די פיטסבורגע נייע רבי איז געווען די וואך, האסט נישט געטראפן אויף וועם אויסצושפיעלן דיינע הייסע פאנטאזיעס נאר אויף א מנהיג בישראל? חזור בך.
א גוט שבת!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1109
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1169 מאל

הודעהדורך מה בכך » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2020 8:53 pm

סמבטיון האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס עס פארגייט מיר די אפעטיט אריינצוקמען אין קאווע שטיבעל, לאמער נישט אריינגיין און די מיעסקייט פון זיינע ווערטער, אויף א גדול בישראל א מנהיג פון טויזענטער יודן, וואס ער איז פאר זיי ווי א געטרייע טאטע, און כמים פנים אל פנים, אבער די שקר!, סאדיגערע רבי איז בכלל נישט דארט געווען די וואך און נישט לעצטע וואך אויך נישט., ער איז געקומען די זעלבע טאג וען זיינע אנדערע ברידער זענענן געקומען ,און יא די רב האט שטארק ארויסגעוויזן זיין שטיצע צו דעם יונגן רבי און אים באגלייט ביזן קאר. די פיטסבורגע נייע רבי איז געווען די וואך, האסט נישט געטראפן אויף וועם אויסצושפיעלן דיינע הייסע פאנטאזיעס נאר אויף א מנהיג בישראל? חזור בך.
א גוט שבת!

כשם שמצווה לומר דבר הנשמע כך מצווה שלא לומר דבר שאינו נשמע (יבמות סה)
-אבער אידעוועי ביסטע שטארק גערעכט , און בכלל איינע פון די זאכן שקאווע שטיבל צריך תיקון איז א ברעקל דרך ארץ צי אדמורי"ם כאטשיג וויפיל די האסט צי דיין אלטן שכן...
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:07 pm

ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:20 pm

מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:30 pm

מה בכך האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים

סעים הער
איך האב נאר געהאט צו די האנט א סקווירא עובדא
ניין איך בין נישט מודה (איך ווייס נאך נישט צו וואס אבער איך בין נישט מודה)
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:55 pm

מנחם ציון האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:ווען זיי וועלן האבן א ברעקל דרך ארץ פאר זייערע אלטע שכינים

איך האב געמיינט אלע אדמורי"ם און לאו דווקא סקווירא . און און פאקט ביסטע אויך מודה דערצו אפגעזעהן אויף וועם די ביסט אנגעגעסן

לחיים

סעים הער
איך האב נאר געהאט צו די האנט א סקווירא עובדא
ניין איך בין נישט מודה (איך ווייס נאך נישט צו וואס אבער איך בין נישט מודה)

רעספעקט צי א מנהיג ישראל , פינטל .
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל


גיי צוריק בחצרות הקודש

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט