פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

שליחה דורך מפיל קינד »

זייט פסח פלאקערט א מחלוקת וואס איז נאך לע"ע רעלאטיוו שטיל.

חול המועד האט בעלזער רב אויפגענומען הגר"ש אלתר מגור.

בעלזא עסקנים האבן געזאגט אז די באזוך איז געווען אומגעמאלדן און דער רב האט אים אויפגענומען זייער קאלט, אבער גור האט געווארט אויף אן אפיציעלן אנטשולדיגונג מבית האדמו"ר מבעלזא וואס איז נישט געקומען.

דאס קומט שוין נאך חדשים פון א הייסע קאמף צווישן אייכלער און ליצמאן איבער דעם זיץ אין כנסת. בעלזא וויל גיין פאר וויזניץ ווייל זיי האבן לכאורה מער מענטשן, אבער ליצמאן שטיצט וויזניץ צו בלייבן ערשט אזוי ווי ביז היינט.

גור האט תיכף נאך יום טוב פארשיקט אלע בעלזא יונגעלייט און פרויען וואס ארבעטן אין גור'ע מוסדות אלס מלמדים, טעראפיסטן, סעקרעטארן, וכו'

גור האט געהאט געלאדענט א גרויסע בעלזא משפיע (הגר"י פינק) צו רעדן ביי א דינער אין אמעריקע, ער איז יעצט געווארן אפגעזאגט.

אין רעזולטאט האט בעלזא היינט אנגעהויבן פארשיקן אלע גורע אנגעשטעלטע ביי זיי אין די מוסדות און ארגאניזאציעס.

די הויכפונקט קומט דעם זונטאג: בעלזא מאכט א ברית אן אייניקל, און לויט שמועות האט האדמו"ר מבעלזא געלאדנט הגר"ש אלתר צום ברית.

ס'נישט באשטעטיגט אלס קראנט, אבער גור סטראשעט שוין מיט בלוט אויב הגר"ש גייט זיין ביים ברית.

מיין מיינונג: איך ווייס נישט אויב הגר"ש גייט זיין ביים ברית, אבער לכאורה וועט דער בעלזער צוריקצאלן פאר גור דורך א באזוך בבית הגר"ש בקרוב...

ס'קומט הייסע צייטן.

דער אשכול פארמאגט 106 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר