"וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער 19)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

"וילך שאול ואנשיו" - די דראמאטישע שפאלט אין גער (וועקער 19)

שליחה דורך חתם סופר »

אזוי ווי איך זעה נאך נישט קיין אשכול פאר די ארטיקל אינעם וועקער "וילך שאול ואנשיו" וועגן די שפאלט אין גער נעם איך די מיה עס אליינס צו עפענען.

איך בין זייער זייער ווייניג באקאנט מיט גער און איך קען זאגן אז חוץ די נעמען "ר' שאול" און "ר' יעקב אלתר" האב איך גארנישט געוואוסט. די ארטיקעל האט מיר געגעבן א זייער ברייטע בליק אויף די היסטאריע פון גער און אלעס ארום, די די טייפ רבי'ס וואס אלע פריערדיגע רבי'ס זענען געווען אנגעפאנגען פון דעם אמרי אמת, בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, דער יעצטיגע רבי שליט"א און ר' שאול. באמת א גאר גוטע ארבייט מיט זייערע אסאך דעטאלן.

איין טענה וואס איך האב אז עס האט געפילט צו איינזייטיג לטובת ר' שאול. למשל, די ארטיקל טענה'ט אז ס'איז בזיונות אז אין די אפמאך האט דער פני מנחם אויסגערעכענט די נעמען פון די היינטיגע רבי'ס קינדער אז ער וועט זיי דארפען געבן כבוד, אבער נישט די אייגענע קינדער. איך מיין אז ס'איז פשוט וואס יעדער פארשטייט אז דער פרי מנחם - וואס ער איז דער רבי, גייען זיינע קינדער באקומען כבוד. ס'איז נאר בנוגע די קינדער פון ר' יעקב ארי' וואס מ'האט געדארפט זיך אויסנעמען.

די זעלבע זאך ווינדער איך מיר אויב דער פני מנחם האט בכלל איינגעהאלטן די אפמאך. נאך אלעם זעען מיר אז ער האט געשטעלט זיין זוהן ר' שאול אלס ראש ישיבה פון שפת אמת. האט ער אויך געגעבן בכבוד'דיגע פאסטענעס פאר די קינדער פון ר' יעקב ארי'?

די ארטיקל שרייבט צווישן די שורות אז דער היינטיגע רבי האט בשעת דער פני מנחם איז געוועהן רבי געפירט א אייגענע ווירטשאפט, כאטש זיין פעטער איז געוועהן רבי. איך בין זיכער אז די גערע טענה'ן די זעלבע זאך קעגן ר' שאול, נישט פון יעצט נאר פון אלע יאהרן. און קעגן ר' שאול איז עס א גרעסערע טענה, ווייל ער דארף בכלל נישט זיין רבי נעקסט, משא"כ ר' יעקב ארי' האט סיי ווי געדארפט זיין רבי נאכ'ן פני מנחם.

בקיצור, איך וויל זאגן א ישר כח פאר די שרייבער'ס פונעם ארטיקל (פיר שרייבער'ס!) פאר'ן צאמנעמען אזויפיל מאטריאל און מיך געבן אזא ברייטע בליק. אזוי אויך די צענדליגע בילדער און צענדליגע הערות וואס גייען נאך אריין טיפער אין די זאך.
בייגעלייגטע פיילס
lkdsf.JPG

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר