ווער גייט זיין מיין רבי?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

ווער גייט זיין מיין רבי?

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

פון יונגווייז אן פלעג איך שטענדיג קוקן מיט פאראיבל אויף די אלגעמיינע חסידישע רבי'ס, רוב היינטיגע רבי'ס זענען ווי באקאנט, נישט באמת ראוי לאותו איצטלא, איך פארגין זיי עס גערן, אבער איך קוק אן ווי אזא סארט ירושה asset וואס זיי האבן געירשנ'ט פון זייערע עלטערן.

אודאי זענען פאראן רבי'ס וואס פראבירן זיך אביסל צוצושטעלן צו זייער ציבור, אבער דאס איז אלס פאר ביזנעס, די רבי וויל פלייש (חסידים) ווי מער ער ווער פארמאגן דערפון, אלס מער כבוד מיט געלט וועט צוגעטיילט ווערן, ממילא כדי די פלייש זיינע זאל נתרבה ווערן דארף ער זיך אריינשטעלן אין די מאוד פון דינען דעם ציבור (אדער הפנים מאכן אזא אנשטעל).

מיך אבער איז דאס בכלל נישט קיין ארטיקל, איך דארף נישט קיין רבי ווייל איך דארף באלאנגען ערגעץ, איך דארף א רבי וואס זאל זיין מיין מוסטער, א רבי וואס קען באמת פארשטיין וואס באדערט מיך, א רבי וואס דינט באמת דעם אויבערשטן און נישט קיינע בשר ודם, א רבי וואס זוכט נישט קיין כבוד אדער חסידים, א רבי וואס איז נישט להוט נאך געלט מיט תענוגי עוה"ז, א רבי וואס ווייסט וואס דאס מיינט עבודת השם, א רבי וואס קען איבערנעמען דאס מענטשהייט מיט זיין כח הדיבור, א רבי וואס האט די קוואליפיקאציעס צו זיין א מנהיג, א רבי מיט כאריזמע, א רבי וואס קען כל התורה כולה און איז זיך מייגע דערין כל ימי חייו, א רבי וואס לאזט זיך אראפ צו יעדע מענטש באשר הוא שם, א רבי וואס איז קלוג און מ'קען ביי אים שואל עצה זיין, א רבי וואס ווייסט גענוי וואס זיין ציהל איז און מישט זיך נישט אין דברים של מה בכך.

איך האב געטראפן איין אזא רבי אין דעם דור.

נ.ב. ער איז יעצט אין אמעריקע

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר