קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

קאלאסאלע צוזאמפאל פון גערער טעראר

שליחה דורך רימון »

עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי היסטאריע טוט זיך איבערשפילן אין אזא נאנטער צוקונפט. שוין וואכן און חדשים וואס מ'רעדט פון דעם שרעק אנווארפנדן טערמין "גערער טעראר" כאילו דאס איז עפעס א געהיימע אפעראציע וואס לייגט אייסיס און חיזבאלא אין שאטן, און עפעס וואס יעדער מוז פאר דעם פאלן און קיינער קען זיך נישט קעגנשטעלן. די גאנצע באזוך פון גערער רבי מיט אייניגע חדשים צוריק איז לויט יודעי דבר געווען צו באפעסטיגן דעם באדן וואס רופט זיך "גערער טעראר", עס זאל יעדער פארשטיין און געדענקען, אז בל יהין איש און דערוואגן זאל מען זיך נישט, ווייל דאס איז עפעס וואס לוינט זיך נישט פאר סיי וועלכן מאן דהוא צו האבן אפילו א מחשבה זרה דערקעגן.

שטעלט ארויס ווי דער גאנצער בערלינער וואנט איז צעפאלן ווי א זייפן בלאז און ווי דער פאפירענער טיגער זי איז. גאנץ יהדות החרדית בגולה איז אויף די פיס און אין א לבשי בגדי תפארתך גייסט צו באגריסן דעם געערטן גאסט רבי שאול. די יו"ט שטימונג איז אויף די העכסטע אקטאוועס. אלע געווענליכע קלישיים וואס מ'שרייבט ווען רבי'ס קומען איז יעצט פשוט אמת.
ס'געדענקט זיך נישט אין די לעצטע היסטאריע ווי א רב בישראל זאל ענטפאנגען ווערן מיט אזא אינטערעסע און געניסן פון אזא רעספעקט, פון אזא עקסטאז, פון אזא ליבשאפט בין כל שכבות העם. צום ערשטן מאל וואס איך קען געדענקען וואס א באזוך פון א גדול פון ארץ ישראל זאל ממש איבערנעמען דעם סדר היום ביים גאנצן יהדות החרדית.

פלוצלונג זעט מען ווי ס'איז נישטא פון וואס מורא האבן נאר פון מורא אליין. אין כאן לא טעראר ולא גער, לא קאמאנדעוועס ולא וועדה, לא זילבערבערג ולא גארנישט, נאר אנשטאט אנטפלעקט זיך א וואונדערליכע סצענע פון תורה בנעימים, תורה מיט א לקח טוב, תורה וואס לוינט זיך צו זיין א תורתי אל תעזובי.

יעדעס ווארט פון רבי שאול, צי אין אידיש צי אין עברית צי אין א צעקיאליטשן ענגליש איז צום קושן און צום לעקן, יעדעס בריוו זיינע טראגט דאך אזא מתיקות און חן, מיט די פינגער אפדרוקן פון א ריכטיגער גדול בתורה דורכגעפלאכטן מיט ענווה און גדלות אויף יעדע שורה.

אויב האט איינער געמיינט אז די אינטימידאציע און סטראשע דראאונגען וועט אויסמאכן, שטעלט זיך ארויס אז לא מיניה ולא מקצתיה. דא אין קאווע שטיבל איז שוין אנגעוויזן געווארן דעמאלט ביים גרויסן טשערידי קאמפיין ווי כלל ישראל איז ממש ארויס פון וועג צו מחזק זיין די נייע קהלה קדושה אריינגיסנדיג שווערע מיליאנען דאלארן אויף א פארנעם וואס מ'האט נאך קיינמאל געזען. אצינד חזר'ט זיך דאס ווידעראמאל איבער ביתר שאת ויתר עז ווען רבבות אלפי ישראל תושבי בארא פארק גרייטן זיך צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש פונעם ראש ישיבה. די גרעסטע גבירים וויינען זיך צום ראש ישיבה זאל ארויפקומען צו זיי פאר א באזוך צי א פרישטאג אדער נאכטמאל. צווישן די משבקים און ביתו נאווה קודש איז געווארן א קאנקורענץ ווער עס קען געלונגען צו האבן א באזוך פון רבי שאול וועלכער וועט אויפגענומען דורך די גרעסטע גדולי ישראל און אדמורים מיט אפענע ארעמס. אין סאמע גערער תלמוד תורה אליין האט דער ראש ישיבה באקומען א פייערליכע אויפנאמע ווען יונג און אלט שטייען באימה וביראה צו באגריסן רבם ומאורם שמביאם לחיי עולם הבא.

איך בין נישט קיין גערער. איך פרוביר צו פארשטיין פארוואס רבי שאול פארכאפט נישט נאר גרויסע שיכטן פון גער נאר נעמט פשוט איין די וועלט און גבירים און חסידים ואנשי מעשה וואס האבן נישט קיין שייכות מיט גער, אדער אפילו ליטווישע אידן (מיין שכן איז א ליטווישע בן תורה א בן שבעים וחמש און ממש קאכט זיך אין די תורות פון רבי שאול) זענען ממש פארקאכט אין רבי שאול.

לבי אומר לי אז דאס איז צוליב וואס רבי שאול איז דער בעסטער קאנטער אילוסטראציע וואס איז ראנג מיט אונזער רביסטעווע היערארכיע. ער איז א מענטש וואס איז נישט אויפגענומען געווארן בלויז ווייל ער איז א בן בנו של קל וחמור, נאר צוליב יחוס עצמו.

ער איז א מענטש וואס ס'שרייט זיך ארויס פון זיך אליין, אז די גאנצע רביסטעווע היינט איז גארבעדזש, ווען רוב רביס זענען עמי הארצים שלא שמשו כל צרכם, און די גאנצע געים פון רבי'ס, שיריים, קוויטלעך, יא אריינלאזן נישט אריינלאזן, גרויסע בענקלעך, מלכות'דיגע חתונות, סדר הבאסעס, איז איין שטיק פוסטקייט און הבל ורעות רוח.

פןן רבי שאול שרייט זיך ארויס אז ערנסטקייט און אהבת התורה, דאס איז די ריכטיגע סחורה, אין א צייט וואס רבי'ס פירן אן אקטיווע קאמפיינען מ'זאל זיי פארגעטערן און פארהייליגן שרייט ער לא ולא. כ'בין נישט קיין רבי און לאזט מיך צורו. כ'בין א פשוטער מענטש, עברי אנוכי, את אלקים ירא, ואת מצותיו שמור און הערט אויף דרייען א קאפ אין נאמען פון חסידות.

כלל ישראל שטייט אין א זמן וואס ס'ווערט מקויים דער לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע ה', אזויפיל טויזנטער און אפשר אפילו מיליאנען אידן זענען פארגרוילט פון דער גאנצער מציאות וואס הייסט רביסטעווע, זיי לעכצן נאך אביסל קרבת אלוקים וואס איז נישט קעדילעקס און עסקעלעידס און עם הארצות, מחלוקת און השחתה, נאר א ואני טוב. זיי ווילן זען אן ערנסטער מנהיג וואס נעמט יהדות, כבוד היהדות, וכבוד ישראל ערנסט, א מענטש וואס איז נישט כבוד עצמי אני דורש, א מענטש וואס חכמתו בחוץ תרונה און נישט מ'דארף גלייבן אז מסתמא לערנט אליהו הנביא מיט'ן רבי'ן ביי חצות ווען קיינער זעט נישט.

אט דערפאר, איז בכלל נישט קיין וואונדער פארוואס רבי שאול ברענגט ממש אן ערדציטערניש אין דער גאנצער יהדות החרדית. גבירים ליידיגן אויס זייערע טייסטער. חסידים ואנשי מעשה זענען גרייט צו מקיים זיין דעם לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, ליידן בזיונות און טעראר און צרות ויסורים אלעס פאר א קורטב של אמת.

דער גאנצער כלל אידישער גאס שטייט באגייסטערט פון דעם מבריק של אמת וצדק וואס האט אויפגעשיינט און קוקט ארויס פאר הצלחת ושגשוג קהילת הקודש פני מנחם בראשות מרן הגאון שר התורה הראש ישיבה שליט"א, וואס האט די פאטענציאל צו פארוואנדלט ווערן אין א תורה'דיגע רעוואלוציע וואס וועט זיך איבערגיסן אין אלע קהלות קדושות בישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 53 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר