בארא פארק איז ממליך מלכים

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

בארא פארק איז ממליך מלכים

שליחה דורך העניך »

דער געווינער פון די וואך איז אן קיין צווייפל הגאון האדיר רבי שאול אלתר שליט"א, וועלכער האט זיך אין די לעצטע יארן צוזאמענגעליטן רדיפות נוראות, און קומענדיג קיין ניו יארק האט ער עלעקטריזירט די מאסן געבנדיג א קלארע גושפנקא אז ער איז א מנהיג ישראל וועלכער איז געשעצט און געערט ביי כלל ישראל.

א קלענערע געשיכטע שפילט זיך אפ די וואך, אז אויך דער יונגער סאדיגורער רבי קומט באזוכן ניו יארק, און וועט דא אפנעמען זיין כבוד און אנערקענונג צום ערשטן מאל נאך דער שאקירנדער צוואה פון זיין טאטן וואס האט אים געשטעלט אלס רבי.

אבער פון איין כאראקטער אין די גרויסע געשעענישן פארגעסט מען: דער עיר ואם בישראל בארא פארק! בארא פארק איז ממליך מלכים; בארא פארק איז דער פלאץ וואו הגאון רבי שאול האט באקומען זיין מאנדאט, בארא פארק איז דער פלאץ וואו דער סאדיגורער רבי האפט צו באפעסטיגן זיין פאזיציע איבער דער וועלט.

בעת וויליאמסבורג טראגט דער קרוין פון אוועקשטעלן פרומער אידישקייט, דארף מען אנערקענען אז בארא פארק איז די שטימע פון כלל ישראל אין חוץ לארץ און איבער די וועלט. א שטאט וואס איז באשטימט און איז קובע, וואס איז ממליך מלכים.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר