20 טויזנט תושבי בארא פארק שרייען אויס: כי לא ראיתי צדיק נעזב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

20 טויזנט תושבי בארא פארק שרייען אויס: כי לא ראיתי צדיק נעזב

שליחה דורך רימון »

בארא פארק האט נאך אזאנס נישט געזען!

דער עיר גדולה לאלקים וואס האט שוין מקבל פנים געווען די גרעסטע רביס, די וויגעלע פון חסידות אין אמעריקע און היים פאר די גרעסטע הויפן האט נאך אזא היסטארישער שבת נישט מיטגעלעבט.
ס'געדענקט זיך נישט ווען אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זאלן זיך צוזאמקומען לפונדק אחד. ס'האט נאך קיין רבי נישט געהאט אזא כבוד מלכים ווי הגר"ש האט גענאסן דעם שבת.

היסטאריקער זאגן אז זינט דער גרויסער מעמד הצלה פאר רובאשקין אין בית יעקב האט מען נאכנישט געזען אזא פאראיינגונג פון כל שכבות העם וועלכע זענען געקומען מיט איין איינציגע מטרה, לחזות בנועם ה' און זיך דערווארעמען אין גרויסן אור פון מרן הגר"ש שליט"א.

ווער ס'האט געזען די שווערע טויזנטער אידן במשך אלע דריי תפלות אין שבת ווייסט אז ס'איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן אז במשך שבת האבן זיך דורכגעדרייט א קרוב צו צוואנציג טויזנט אידן. מסלתה ומשמנה פון חסידי גור האבן זיך גענומען דעם אומץ און אריבערגעקומען צו דעם מחנה גדולה לאלקים הנשאר לפליטה.

דער הויכפונקט איז געוויס געווען בעת רעוא דרעוין. אין אלע לאקאלע שולן האט זיך דערקענט א שיטערער עולם ווען טויזנטער תושבי העיר מאכן זייער וועג צום אהל הנמתח אויף אכצנטע עוועניו.

ווען ס'איז געווארן דער זמן האט זיך א פרישע פלייץ פון אומצאליגע א לאז געטון מיטצוהאלטן די לעצטע מינוטן פון שבת. אנקומענדיג אינאיינעם מיט נאך טויזנטער אידן צום זמן רבינו תם האט מיר א ציטער געכאפט צו געבן א בליק אויף דער פלאמפייעדיגער צורה פון מורינו הגר"ש רבי שאול ביי שלש סעודות. אויב זאגן אונז חז"ל אז אינו דומה מאור פניו של אדם בשבת ממאור פניו של חול, האט מען עס געזען ביי שלש סעודות במלוא מובן המילה. אויב האבן מיר זיך באקענט דורך דער וואך מיט דער זיסער, צוגעלאזענער, שמייכלדיגער, רך כקנה'דיגער, בליציגער, תורה'דיגער רבי שאול, האט זיך אנטפלעקט א פלאמפייער. נאר צו זען דער פלאמפייערדיגער געזיכט, כולו התלהבות והתעוררות, כולו אומר כבוד והדרה, אן נאר צו הערן די פייערדיגע דיבורים, באש שלהבת אש, מיט אזויפיל ערנסטקייט און שפלות האט זיך געלוינט זיך צו קומען שלעפן פון אלע עקן שטאט.

אין אלע קופקעס האבן אלע גרעדט מיט אזא צמאון, מיט אזא רעספעקט, איינער האט זיך געקאכט אין א שטיקל נאות דשא, אין א צווייטער אין א ווארט וואס ער האט געהערט פון ברודער ר' דוד צבי. ס'האט זיך אנטפלעקט כלל ישראל'ס צמאון, ווי דער עולם לעכצט נאך עפעס ערנסט, נאך עפעס אויטענטיש, לעשות רצונך באלקי חפצתי.

דער אויג האט זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן ביים באטראכטן די ניין שטאקיגע הונדערט צוואנציג פיסיגע פארענטשעס פון צוויי זייטן אנגעפילט מיט פרחי חסידים. דאס הארץ איז איבערגעיוירן געווארן מיט פרייד ווען טויזנטער אידן האבן באלאגערט דעם אהל מועד צו הערן דעם דבר ה' און געמוזט מיטהאלטן פון דרויסן אויף גרויסע סקרינען און הויכהילכערס.

אשרי עין ראתה כל אלה. א היסטארישער שבת איז אריבער אויף יהדות בארא פארק אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. מ'האט געמיינט אז דער הויכפונקט איז שוין געווען דורכאויס די ששת ימי המעשה און וואס קען שוין דער שבת ברענגען. בארא פארק האט אבער נישט אנטוישט. ס'האט נאך קיין מנהיג ישראל נישט באוויזן אזוי אויפצוהייטערן טויזנטער תושבי העיר און צוזאמנעמען אזויפיל אידן לפונדק אחד עד שבא רבי שאול.

יהדות בארא פארק במקהלות רבבות עמך בית ישראל האט הויכהילכיג דערקלערט פאר הגר"ש: כלל ישראל דארף אייך האבן!

יהדות בארא פארק האט געצויגן א רויטן שטריך און אומצוויידייטיג דערקלערט: ביז דא גייט טעראר ותו לא!

יהדות בארא פארק ברבוא רבבותיהם האט איינשטימיג דערקלערט פאר חסידי הגר"ש: מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן! דמכם אינו הפקר!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר