א שבת פאר'ן נרדף

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

א שבת פאר'ן נרדף

שליחה דורך רימון »

פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן צו פארשרייבן און פאראייביגן די היסטארישקייט פון פארלאפענעם שבת מיט'ן גערער ראש ישיבה און וואס פאר א השלכות עס וועט האבן אויפ'ן צוקונפט. דער אלקים יבקש את הנרדף איז געוויס געווען א פסוק וואס איז אלעמען געלאפן אין געדאנק. אין אן אומפארשעמטער אקט האבן די אידן אין ארה"ק באשלאסן צו מאכן פון רבי שאול פאר א מצורע. קיין איין רבי וויל אים נישט אויפנעמען און קיין צייטונג וויל נישט געבן דעקונג פאר זיינע מוסדות. יהדות הגולה האט אויסגעשריגן נישט דא! מיר לאזן זיך נישט קאנטראלירן פון בלוטיגע לאפעס און רבי שאול וועט אהיימפארן מיט פופציג מיליאן דאלאר אין קעשענע און געקרוינט אלס רבן של ישראל מיט א נאכפאלגערשאפט וואס ס'געדענקט זיך נישט אין דער מאדערנער היסטאריע.

אין א זייטיגער נאטיץ פאדערט זיך יעצט פון קהילת פני מנחם זיך צו נעמען אין דער האנט אריין. פופציג מיליאן דאלאר איז זייער אסאך געלט אבער נאך גרינגער איז עס צו פארטאכלעווען אין מיסט.

ס'געדענקט זיך נאך ווען באבוב 45 האט גענאסן א שפע און די פרישוואסערס און ר' בענצי דוננער האבן געשיקט שווערע געלטער חודשליך. דאס געלט ווייסט יעדער איז צעוואסערט געווארן בשעתו און די קהלה האט נישט געבויעט קיין איין ציגל. ס'האט גענומען מער ווי צען פיינפולע יאר דערנאך זיך אויסצוקורירן דערין און די קהלה איז נאך אלץ נישט פערטיג. וואס פאר א שאד אז מ'האט נישט גענוצט דאס געלט ריכטיג.

איך וויל בעטן קהילת פני מנחם צו נעמען דאס געלט און פארשפארן מיט הערמעטישע שלעסער, זאלן געניטע אדוואקאטן פירמעס און פינאנציעלע ראטגעבער אויפגענומען ווערן און א גדר אחר גדר זאל געשטעלט ווערן אז מ'זאל דאס געלט האבן פאר א נוצן. אז נישט וועט מען זיך איין טאג רייסן די האר פון קאפ.


הכלל, צוריק צו אונזער נושא. א קלענערער נייעס דעם שבת איז געווען דאס ערשטמאליגע באזוך פון נייעם סאדיגורה רבי'ן פון בני ברק קיין אמעריקע וואס האט אויטאמאטיש געברענגט מיט זיך א סענזאציע און נייגער זייענדיג דער סאמע יונגסטער רבי אין די היינטיגע טעג.

דאס איז קלאר אז קעפ דארפן פליען אין סאדיגורה און ער האט נישט געמעגט קומען די וואך. ווען ער קומט ווען איין וואך שפעטער אדער פריער וואלט עס געווען דעם געשפרעך פון טאג און אצינד איז עס פארשאטנט געווארן קעגן די מאסיווע אומערווארטעטע סוקסעס פון הגר"ש.

און די זאך איז בעצם טיפער. אין אן אנדערער ארט דא אין קאווע שטיבל האבן מיר אנגעצייכנט אז אין טיילווייז דארף די הצלחה פון הגר"ש צוגעשריבן ווערן ווייל ער קראכט די באלאן וואס רופט זיך אדמורו"ת פון וועלכע דער עולם איז זאט איבער די נאז. יעצט, ס'איז נישטא נאך א הויף וואס ברענגט אזוי ארויס די אבסורדיזם און לעכערליכקייט פון די היינטיגע אדמורות סיסטעם ווי דאס וואס האט זיך אפגעשפילט אין סאדיגורה, און ס'איז נישטא קיין בעסערער ביישפיל צו בויען דעם קאנטראסט צווישן רבי שאול און היינטיגע רביסטעווע, ווי ווען א רבי, נישט האבנדיג קיין זון וועמען ער זאל טרויען אדער האלטן גענוג חשוב, און נאך וואס נאר א זון מעג איבערנעמען, האט אויפגענומען א 24 יעריגער ראצער זאל פירן א קהלה פון הונדערטער אנשים נשים וטף.
גייט מען און מ'שטעלט די ביידע אויפ'ן זעלבן אויבן אן? וועלכער משב"ק קען אויפקומען מיט אזא זינלאזער איידיע, איז דא א גרעסערע חוכא ואיטלולא פון דעם?

האבנדיג דאס אלעס געזאגט, דארף מען קוקן אויף דער אנדערער זייט מטבע. ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז די נסיעה פון סאדיגורה רבי'ן איז געווען א סוקסעס, און דאס איז פריידיגע נייעס. די בילדער פון פרייטאג צונאכטס, אן אריינגיין אין דער שערוריה פון נעמען בילדער דורך א גוי, ווייזט אויף א הערליכן ציבור וואס האבן זיך באטייליגט. אזוי אויך זענען פארגעקומען אנדערע שיינע מעמדים מיט'ן רבי'ן דורכאויס דעם באזוך.

דער סוקסעספולער שבת אין סאדיגורה דארף ציען א שטריך צום סוקסעספולן שבת אין גער. ביידע האבן אין טייל ענליכע געשיכטעס. אויך דער סאדיגורער רבי איז א נרדף פאר וועמענס בלוט מיר דארפן זיך אננעמען.

דער סאדיגורער רבי האט מיטגעלעבט גאר שווערע צייטן במשך די לעצטע צוויי יאר. אנגעהויבן מיט דעם וואס זיין פאטער ע"ה האט אים (קאלטבלוטיג) אריינגעלייגט אין אן אוממעגליכע סיטואציע אן אויסבעטן די באדן דערפאר. ס'זאל קיין שום 24 יעריגער יונגערמאן זיך נישט דארפן טרעפן אין אזא פאזיציע, פארלירן דעם טאטן, איבערנעמען א גאנצע קהלה אן קיין שום צוגרייטונג און אן די מאראלישע שטיצע פון זיינע נאנטסטע.

דער סאדיגורער רבי, א יונגער, איידעלער, ערליכער יונגערמאן לויט אלע דעות, שטייט אויס ביטערע בלוט צאפענישן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיין מאמע און זיינע ברודער. עס האט נאך קיין פרומע מאמע דאס נישט געטון צו אן אייגן קינד ווי ווייט ס'געדענקט זיך, אלעס מיט תירוצים שוא ווייל מ'לאזט איר נישט אריין אין א ספרים שטוב.

זייענדיג א געצערטלט און שלעכט קינד וועמען עס האט קיינמאל נישט געפעלט קיין פויגל מילך האט איר רשעות נישט קיין גרעניץ, ביז צו גיין אויף טעלעוויזיע און פארשעמען איר אייגענעם זון, אלעס ווייל ער פאלגט א צוואה וואס איז קעגן איר ווילן.

צו איר בלוט דורשטיגע רשעות האבן זיך מיטגעשטעלט א קשר בוגדים פון ברודער. וואס דער טאטע האט געטון מיט'ן עלטסטן זון הרב משי איז א רשעות און אכזריות, עס בארעכטיגט אבער נישט וואס ער טוט צום ברודער, אינאיינעם מיט די אנדערע ברודער אונטערן קאנטראל פון דער מאמע, נאך וואס דער ברודער האט אים לפנים משורת הדין אוועקגעגעבן א האלבע רביסטעווע און לאזט אים זיך רופן סאדיגורה קעגן דער צוואה.

א פרוי וואס האט די דעספאטישע רשעות צו שטיין אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע, און פשוט מכחיש זיין שמש בצהריים קעגן א צוואה וואס א רבי האט געשריבן מיט'ן פולן זינען, אונטערגעשריבן דורך צוויי דיינים און להבדיל אדוואקאטן, און פשוט באשאפן אן אלטערנאטיווע רעאליטעט, איז אן אומפארגלייכבארע שטופע אין השחתה און א גייסטישע דיסארדער וואס די מומחים זאלן ביטע אידענטיפיצירן ביים נאמען.

אז יהדות גולה, פון וועמען איך בין שטאלץ צו זיין א טייל, האט דורכגעזען די ליידיגקייט פון די קראקאדיל טרערן און געגעבן פאר'ן ינוקא זיין ערליך פארדינטן אנערקענונג און זיך געשטעלט אויפ'ן זייט פון רבונו של עולם, אויפ'ן זייט פון דעם נרדף, איז עס א געוואונטשענע ערשיינונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר