יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3105
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8490 מאל

יום הולדת 120 פון האדמו"ר מלויבאוויטש שליט"א/זצ"ל

שליחה דורך שמן למאור »

יארמע רב פלעגט זאגן די באקאנטע ווערטל, אז ער פלעגט גיין משמח זיין ביי birthday party's פון עלטערע אידן, און ער פלעגט אייביג וואונטשן "ביז די הונדרעט און צוואנציג יאר"!
ביז איינמאל איז ער אנגעקומען צו א פארטי ווי די זיידע איז געווארן 120 יאר! האט ער נישט געהאט וואס צו וואונטשן, איז ער צוגעגאנגען צום אלטע זיידע און געזאגט "have a nice day"...

לענינו, מארגן יום י"א ניסן פאלט אויס די הונדרעט אין צוואנציגסטער געבורטסטאג פונעם רבין זאל זיין געזונט, וואס ווי באקאנט איז די יום הולדת בכלל א שטארקע זאך אין חב"ד אבער ווער רעדט נאך די 120'סטער!!!

מען זאגט א ווערטל, אז אין חב"ד זאגט מען יעדן טאג די קאפיטל תהילים, פון די יארגאנג פונעם רבין, דהיינו אויב די רבי איז 119 זאגט מען קאפיטל קי"ט און ווען די רבי ווערט 120 זאגט מען ק"כ וכ'
האט מען אמאל געפרעגט א חבדצקער, וואס וועט מעט טון ווען די רבי וועט ווערן 151? עס איז דאך נאר דא ק"נ קאפיטלעך אין תהילים? האט ער געענטפערט, וואס מיינט עטס? א מענטש לעבט דען אויף אייביג..?

אכ"פ און חב"ד גרייט מען זיך מיט גרויס עקסטאז אויפן גרויסן טאג, וואס איז שטארק מסוגל פאר א טאג פון "ביאת משיח"

עס ווארט נאר איבער צו זען אויב ער וועט דורכלעבן די טאג...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר