די פטירה פון פני מנחם - וואס איז דארט געווען?

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 20, 2021 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

די פטירה פון פני מנחם - וואס איז דארט געווען?

שליחה דורך מאן »

קען זיין אז די קעפל איז פארפירעריש, קען זיין אז עס הערט זיך ווי א בלבול, איך רעד נישט אריין דערין און איך בין מסופק צי איך טוה ריכטיג.

לעצטנס הערט מען מער און מער, אז איבער די פטירה פון פני מנחם איז די מעשה נישט אזוי פשוט. דער עו"ד פון אנשי ר' שאול, שלמה אלבום, האט לעצטנס מרמז געווען אין א דאקיומענט, אז דער פני מנחם איז נסתלק געווארן באופן חשוד. אזוי אויך דרייט זיך שוין לאנג ארום אזעלכע שמועות, און רמזים אויף פאשקעווילן וכדו'. ווען איך האב עס איבערגעזאגט פאר א חשוב'ער רב אין אר"י, א קלוגער איד, האט ער זיך אויסגעדריקט: "אוי וויי, דאס וואס איך האלט שוין אין בויך צוואנציג יאר, גייט יעצט ארויסקומען פאר די גאס?" - ער זאגט אז ער האלט אלעמאל אזוי חושד געווען, אבער קיינמאל נישט געוואלט דאס אויפברענגען על דל שפתיו.

ס'איז שווער צו גלויבן אז ס'זאל זיין עפעס אמת דערין, לא נחשדו חסידי'שע אידן על כך. איך פערזענליך איז נוטה נישט צו גלויבן דערין, אבער ווי דען - אויב נישט אין קאווע שטיבל - איז די ריכטיגע ארט אויסצושמועסן די ענינים ארום דעם.

צופירט אייך דעם פעדער....

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר