קודאס ר’ צבי מאיר ז”ב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1589 מאל

קודאס ר’ צבי מאיר ז”ב

שליחה דורך מתבודד »

פארט ארום א צעטיל ווי תלמידי רב ברלנד באדאנקען זיך פאר ר’ צבי מאיר זילבערבערג פארן אריינעמען בחורים פון ברלנדס קהילה אין זיין ישיבה.

אפגעזען וואס די קדושה סטאטוס פון רב ברלנד, איז זיכער אז זיינע חסידים’ס בחורים זענען בארעכטיגט צו לערנען אין א נארמאלע ישיבה פונקט ווי יעדע נארמאלע בחור, אויב זענען זיי אינטרעסירט. נאר א געווענליכע ישיבה וואס איז געווענליך מיוחד פאר מצויינים מיוחסים און בני עשירים, האבן געמאכט שוועריגקייטן פאר די שובו בנים חברה, במילא איז די אקט פון ר’ צבי מאיר ווערט צו פארשריבן ווערן לשבח.

איך ווייס נישט צופיל פון די פרשה, אבער וויפיל איך ווייס איז רצ”מ נישט קיין גרויסע חסיד פון רב ברלנד, נאר ער איז ווייניגער אינטרעסירט אין די ”נאמען” וואס זיין ישיבה גייט יא אדער נישט האבן דורכ’ן ארייננעמען די דאזיגע בחורים, ווי אנדערע ישיבות, און אים באדערט מער ווען א בחור וואס וויל לערנען דרייט זיך אין די גאסן, פשוט צוליב כבוד אין אנדערע שתותים.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר