הרב חיים צבי (הערש) טייטלבוים שליט''א (בן אדמו''ר מהרז''ל)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
דאס איז נישט מיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הרב חיים צבי (הערש) טייטלבוים שליט''א (בן אדמו''ר מהרז''ל)

שליחה דורך דאס איז נישט מיך »

הרב חיים הערש בנו הגדול פין אדמו"ר מהרז"ל פין סאטמאר איז איינער פין די שטערענס פין די קומעדיגע דור
א יוד וואס איז עוסק בתורה ועבודה און ווער געשעצט ביים היימישע ציבור
ער האט שוין משמש געווען ברבנות אין קהילת סיגוט אין ב"פ נאך וואס זיי פאטער איז געווארן רב אין די סאטמארער קהילה אין ירושלים
שפעטער ווען אביו הגדול האט זיך צירוק געקערט ע"פ בקשת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צי דינען אלס רב אין די קהילה אין וויליאמסבורג איז די רב רח"ה אויפגענימען געווארען אלס רב אין ירושלים
כהיום הייסט עס אז ער האט זיך אפגעזאגט פין די קהילה אין ירושלים אבער גייט נאך אהין עטלעכע מאל א יאר
ער וואוינט אין וויליאמסבורג סמוך לאביו הגדול און פארט אסאך קיין קרית יואל צי פירען שבתים הגם מען האט עם (נאך) נישט אויפגענימען פאר רב דארט
ער איז זייער געשעצט ביי זיין טאטעס קהילה און אזוי אויכט ביי אסאך אידען אין די חסידישע וועלט
אפילו אין די קהילה פין זיין גרויסע פעטער אדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז ער אויכט געשעצט ביי א טייל עולם אז ווייניג וואס מען הערט דארט עם אראפרייסען
(איך האב קיינמאל נישט געהערט פין מיינע ארוינישע חבירים עם אראפרייסען נאר אייביג גערעדט מיט גרויס שעצאנג אבער סקען זיין אז עס יא דא , ווייס איך נישט)
עס זענען שוין ארויסגעקומען עטליכע ספרים פון זיינע תורות און דרשות
אסאך זעהן עם פאר א שטארקע זאך אין די קומענדיגע תקופה בפרט אין קהילת סאטמאר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דאס איז נישט מיך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר