בית המדרש אור חיים (שיינער)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 4005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

בית המדרש אור חיים (שיינער)

שליחה דורך פרנס החודש »

עס גייט שוין אן פאר א שיינע צאל יארן א שיינע קהילה אין מאנסי בנדבת הרבני הנגיד ר׳ אליעזר שיינער ביי דעם ווינקל פון קאלעדש און וויאולע ראודס.לעצטנס טוט זיך דארט גרויסע הרחבת גבולי הקדושה וואס מאנכע פארכטן אז עס גייט אוועקנעמען די געשמאק פון די ביז איצטיגע גרויסע טענטס.

אן א שיעור גוטע מנהגים האט מען איינגעפירט אין דעם פלאץ וואס עס פעלט זיך אויס א לענגערע באשרייבוג, וכל הקודם זכה.

נאר אפאר שיינע אנעקדאטן:

א) די שול האט נישט קיין אפיציעלע דענאמינאציע, אויב פאלט מען אריין שבת אינדערפרי 9 אזייגער וועט טרעפן א חסידישע מנין, א ישיבה׳שע מנין און א חבד׳סקע מנין ( די מאדערנע דאווענען מיט די חסידים...) אבער עס האט מיר זייער וויי געטון פאר וואס יעדע דענאמינאציע דאוונט עקסטער. אין אזא פלאץ ווי מען לייגט אזא דגוש אויף רעספעקטירן יעדע איד פארוואס מאכן אזא פילוג אין כלל ישראל.
ב) עס איז כסדר צוגעשטעלט עפל, קיכעלעך, און געשמאקע זופ לכל דיכפין,(די זופ איז גראדע ספעציעל געשמאק). אויך איז צוגעשטעלט טשאלנט און א קידוש מיט העררינג און משקה יעדן שבת.
ג) יעדער איינער וואס וויל געבן א שיעור קען באקומען רשות עס זענען דא אלע מיני שיעורים דורך אלע מיני מגידים.
ד) סליחות איז א ספעציעלע מעמד מיט נגינה ושירה.
ה) עס ארבייט שיינע בארוהיגנדע מוזיק פארנט פון ביה"מ און אין די מקוה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר