דאס וואוקס פון חסידות'ער

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רעאגיר
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

דאס וואוקס פון חסידות'ער

שליחה דורך פאלגזאם »

סתם אזוי קויף איך נישט קיין צייטונגען, אויסגאבעס, און אודאי נישט קיין בילדער מאגאזינען, אבער עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו פארברענגען ערגעץ ווי עס איז געווען די אלע סארט מאגאזינען. עס האט מיר צוריקגעטראגן צו מיין אינגערע יארן ווען דער 'כל העולם כולו' האט אנגעהויבן ארויסקומען, ווען מען פלעגט דארט כסדר קענען לערנען נייע רבי'ס, פון וועם מען האט קיינמאל נישט געהערט, און געזען אז עס זענען דא חסידות'ער, וואס על אף וואס זיי פאמפן נישט אין דער פרעמדע וועלט, האבן זיי א ריזיגע עולם וואס לעבט און אטעמט מיט זייערע רבי, און גייען ערליך צו די טישן.

עס איז מיר געווען גאר אינטערסאנט ווען איך האב באמערקט אז בשעת טייל חסידות'ן זענען זיך צעוואקסן אין דער לעצטע 15-20 יאר, זענען טייל עפעס געבליבן שטיין, און האבן א גאר פאמעליכע וואוקס. איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם האלט איז דער סיבה צו דעם וואס עס זענען דא אזעלכע וואס וואקסן נישט ווי אנדערע.

צום אנהייב, וויל איך באטאנען אז איך וועל דייקא אויסלאזן סאטמאר צוליב עטליכע סיבות. קודם כל, סאטמאר האט א גאר גרויסע עולם וואס שיקט אין די מוסדות, אבער וועלן צום ביישפיל נישט גיין צו קיין חתונות און מעמדים. צווייטנס, לויטן טרעק רעקארד, וועט עס בלויז אראפשלעפן דעם אשכול, דורך די עטליכע ניקס וואס זענען בארימט מיט דעם. אשר על כן וועל איך פארמעקן סיי וועלכע תגובה איבער סאטמאר, ואתכם הסליחה.


איך וועל שרייבן א ליסטע מיט פלעצער ווי עס איז זיך צעוואקסן זייער שנעל און גרויס אין די לעצטע 15-20 יאר, און דער וואס זענען נישט. עס מיינט נישט אז דער וואס איך שרייב אז נישט, מיינט אז זיי זענען בכלל נישט געוואקסן. עס מיינט אז זיי וואקסן גאר פאמעליך. אויך, א חסידות מיינט אז עס האט אלע מוסדות.

געוואקסן זענען:

באיאן
בעלז
וויזניץ (אלע)
סלונים
קרלין
גור
סקווירא
דאראג
צאנז (נתניה)
סערט וויזניץ
ראחמיסטריווקא
דושינסקיא

נישט געוואקסן:
באבוב
באבוב 45
פאפא
צאנז קלויזענבורג
תולדות אהרן
תולדות אברהם יצחק
טאהש
וויען
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר