די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

קען איינער געבען א ריפארט אויף שבת??? ראש השנה???
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

בכלל האט ער אלע יארן - שוין אלס גרויסער
רבי - אליין ארויסגעטראגן די גארבערדזש, וואס
ער פלעגט רופן 'דער קאצקער כיבוד', און אפילו
צעטיילט ערליכערהייט די רעסייקלינג ווי די דינא
דמלכותא. (די וואך אין שריפט - חג הסוכות תשפ"ד)

פארוואס הייסט דאס דער קאצקער כיבוד?
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re:

שליחה דורך צפת »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 25, 2023 3:07 am
רוב רחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי גייען מיט די זון וואס אלע ברודער די רבי'ס ווילן דאס און אלע עסקני הקהילה שטיצען דאס



נו בעל-דרשן, וואס איז געווארן פון דיינע "רוב רחמיסטריווקא חסידים"? - האסט געזען וואס טוט זיך ראש-השנה, האסט געזען וואס טוט זיך שמחת-תורה? - וויפיל האט ר' יהושע געהאט און וויפיל האט ר' יעקב יוסף געהאט?

קום ארויס, זיי אמת'דיג... דערצייל פארן עולם וואס "רוב רחמיסטריווקא חסידים" אין מאנסי האבן מחליט געווען... ווער האט דער "רוב רחמיסטריווקא חסידים", און ווער האט די מוסדות?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, נאכדעם ווי ס'איז פארגעקומען דעם שבת א "אומאפיציעלע שבת הכתרה" פאר כ"ק מרן אדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א בנו בכורו פון הגה"צ ר' מאטל ז"ל בנו בכורו פון כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל

די הויכפונקט איז געווען פרייטיג צי נאכטס ווען די רבי'ס שווער הגה"צ די רב שליט"א האט מאיזה סיבה נישט געקענט ערשיינען צום טיש און כ"ק די רבי שליט"א איז אריינגעקומען און געפראוועט די טיש אויף גאר א דערהויבענע פארנעם מיט די השתתפות פון א ריזען ציבור חסידים ואנשי מעשה
היט שבת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היט שבת »

:!:
עמרם האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:34 pm גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, נאכדעם ווי ס'איז פארגעקומען דעם שבת א "אומאפיציעלע שבת הכתרה" פאר כ"ק מרן אדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א בנו בכורו פון הגה"צ ר' מאטל ז"ל בנו בכורו פון כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל

די הויכפונקט איז געווען פרייטיג צי נאכטס ווען די רבי'ס שווער הגה"צ די רב שליט"א האט מאיזה סיבה נישט געקענט ערשיינען צום טיש און כ"ק די רבי שליט"א איז אריינגעקומען און געפראוועט די טיש אויף גאר א דערהויבענע פארנעם מיט די השתתפות פון א ריזען ציבור חסידים ואנשי מעשה
מעגליך אונז האבן זיך געזען?? איך בין דארט געווען ביים באטע/טיש... קיין "ריזען ציבור" איז נישט געווען... אפשר 50 אידן מיינט ביי אייך ריזיג.. דאס קען זיין
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re:

שליחה דורך שמעון וואלף »

קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:55 pm פארוואס פאלט קיינער נישט איין אז ס׳קען זיין צוויי ראחמיסטריווקא רבי׳ס אין מאנסי?
קאר סערוויס מעיג זיין מאטיס און בעריס.
גראסעריס מעיג זיין עווערגרין און ראקלענד.
יעדע ביזנעס איז דא כאטש צוויי דא אין מאנסי, פונקט ראחמיסטריווקא רביס קען נאר זיין איינס?
איך מיין זיי האבן א פראבלעם דערמאנט ווייל נאכדעם וועט פלאצן די באבל וואס דארף צו גיבן די אימפרעשאן אז זיי זענען עפעס בעסער ווי א צווייטן, און ביי זיי איז די גאנצע כבוד בכלל נישט תופס מקום.
איך געדענק אז באבוב פלעגט טראגן די פאן פון שלום כאילו זיי זענען די פארטרעטער דערפון. למעשה איז ארויסגעקומען זייער ריכטיגע פרצוף און מ'קען זיך לערנען פון זיי וואס מיינט א ריכטיגע נוקם ונוטר טינה ומחזיק במחלוקת.

עינדליך שפילט זיך אפ אין ראחמיסטריווקע מאנסי, און זיי ווייסן נאכנישט וויאזוי דאס צו פעיסן. מה יאמרו הבריאות, וואס וועט די גאס זאגן אז מ'קומט זיך נישט אויס, אזש ס'פעלט אויס א טיילונג, און ככל החסידות בית ראחמיסטריווקע.
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: Re:

שליחה דורך נחום הסופר »

שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:28 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:55 pm פארוואס פאלט קיינער נישט איין אז ס׳קען זיין צוויי ראחמיסטריווקא רבי׳ס אין מאנסי?
קאר סערוויס מעיג זיין מאטיס און בעריס.
גראסעריס מעיג זיין עווערגרין און ראקלענד.
יעדע ביזנעס איז דא כאטש צוויי דא אין מאנסי, פונקט ראחמיסטריווקא רביס קען נאר זיין איינס?
איך מיין זיי האבן א פראבלעם דערמאנט ווייל נאכדעם וועט פלאצן די באבל וואס דארף צו גיבן די אימפרעשאן אז זיי זענען עפעס בעסער ווי א צווייטן, און ביי זיי איז די גאנצע כבוד בכלל נישט תופס מקום.
איך געדענק אז באבוב פלעגט טראגן די פאן פון שלום כאילו זיי זענען די פארטרעטער דערפון. למעשה איז ארויסגעקומען זייער ריכטיגע פרצוף און מ'קען זיך לערנען פון זיי וואס מיינט א ריכטיגע נוקם ונוטר טינה ומחזיק במחלוקת.

עינדליך שפילט זיך אפ אין ראחמיסטריווקע מאנסי, און זיי ווייסן נאכנישט וויאזוי דאס צו פעיסן. מה יאמרו הבריאות, וואס וועט די גאס זאגן אז מ'קומט זיך נישט אויס, אזש ס'פעלט אויס א טיילונג, און ככל החסידות בית ראחמיסטריווקע.
רבי שלמה'לע באבובער איז געווען א ריכטיגער איש השלום (ער האט נישט בלויז 'געטראגן דעם פאן' כלשונך). ליידער האט מען עס דארט נישט גע'ירש'נט פון אים.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

היט שבת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:21 am :!:
עמרם האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 10:34 pm גאר א דערהויבענע שבת איז אריבער פאר חסידי ראחמיסטריווקא אין מאנסי, נאכדעם ווי ס'איז פארגעקומען דעם שבת א "אומאפיציעלע שבת הכתרה" פאר כ"ק מרן אדמו"ר רבי יעקב יוסף שליט"א בנו בכורו פון הגה"צ ר' מאטל ז"ל בנו בכורו פון כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל

די הויכפונקט איז געווען פרייטיג צי נאכטס ווען די רבי'ס שווער הגה"צ די רב שליט"א האט מאיזה סיבה נישט געקענט ערשיינען צום טיש און כ"ק די רבי שליט"א איז אריינגעקומען און געפראוועט די טיש אויף גאר א דערהויבענע פארנעם מיט די השתתפות פון א ריזען ציבור חסידים ואנשי מעשה
מעגליך אונז האבן זיך געזען?? איך בין דארט געווען ביים באטע/טיש... קיין "ריזען ציבור" איז נישט געווען... אפשר 50 אידן מיינט ביי אייך ריזיג.. דאס קען זיין
איך ווייס נישט ווען די ביסט געווען אבער בשעת די טיש ביז מ'איז דורעך געבען לחיים האב איך געציילט מער פון 100 אידן
שפעטער ביים באזע איז געווען אביסעל א קלענערע עולם אבער מער פון פיפציג
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

היט שבת האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:21 am מעגליך אונז האבן זיך געזען?? איך בין דארט געווען ביים באטע/טיש... קיין "ריזען ציבור" איז נישט געווען... אפשר 50 אידן מיינט ביי אייך ריזיג.. דאס קען זיין
וויפיל זענען געווען ביי ר' יהושע?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
נאזבאם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:56 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נאזבאם »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:34 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
ס'איז הויך יו"ט דארט צו האלטן "שלום"?!?!?!? :?:
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סבא דבהתא »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 6:34 pm
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו
מה הפשט?
כפארשטיי אים זייער פשוט ער וויל האבן א נארמאלע פרייוועט לייף , נישט יעדע גבאי זאל פונקטליך מיטהאלטן ווען ער גייט אין ביה”כ און ווען זיין רבצין גייט טבילה וד”ל
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך cictim »

געהערט אז ער זאגט זיך נאר אפ פון לינדען, ער פלאנט צו קומען קיין וויליאמסבורג, ער איז שוין געווען שמחת תורה אין וויליאמסבורג.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

שמועות קורסירן אז האדמו"ר מטשערנאביל ב"פ וואס איז דער שווער פון רבי יעקב יוסף מלינדען וואס וואוינט שוין דארט, און געעפענט א אייגענע מנין, האט געלייגט גרויס דרוק אויף רבי זושא פון לינדען זיך נישט אהינצוציען, למעשה הער איך, אז די אינגערלייט פלאנען אויפצונעמען א רב/דיין, וואס זאל זיין דער שיינער אויבן אהן איד, און דער שטיבל וועט זיין תחת דגלו פונעם בארא פארק'ער רבין, און דערמיט וועלן זיי פארמיטן פון ווערן ארויפגעצווינגען א רבין וועם זיי גלייכן נישט.

עיין ערך מאנסי וד"ל
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

ווי געמאלדן זענען די 15 משפחות חסידי ראחמיסטריווקא לינדען געגאנגען צום בארא פארקער רבין ווי איידער מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מהרי"י מלינדען שליט"א
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

די בריוו געחתמעט דורך די חסידי לינדען
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געקומען אויף א בליץ באזוך פון שיכון ויז'ניץ קיין מאנסי, וויילנדיג דאהי בלויז איין טאג לרגל א סנדקאות פון דער ערשטער אור-אור-אייניקל לאיוש"ט. זייענדיג דא אויף א קורצע באזוך, האט ער געהאט אן אנגעשטרענגטע סדר היום און ער איז נישט ארומגעגאנגען קיין ערגעץ אויף קיין באזוכן.

ביי די שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען בבית-מדרשו אין מאנסי, אינאיינעם מיט א בר-מצוה לנכד חתנו הרה"צ ר' יצחק בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי באמערקט דעם רחמיסטריבקער רבי שליט"א זיצן בתוך שאר הרבנים החשובים אויפן אויבן-אן. דער רבי האט אים ארויפגערופן, געהייסן דעם גבאי זאל אים ברענגען א שטוהל מיט א בעכער, און אים מכבד געווען כאדמו"ר גדול. בשעת מעשה האט דער רבי לאנג געשמועסט מיט אים און ס'איז געווען ניכר הכבוד וההערצה אליו.

אויפצומארגנס איז געקומען א טעלפאן קאל פון סקווירא, אז עס איז געשען דא אן עוון בל-יכופר, און דער ויז'ניצע רבי מוז גיין באזוכן האדמו"ר ר' יהושע מרחמסטריבקא. וויפיל די גבאים האבן פראבירט צו ערקלערן אז דער רבי גייט צו קיינעם נישט און די צייט איז אנגעשטרענגט, און דא רעדט מען פון אן אכציג יעריגע רבי וואס שפירט זיך נישט גוט וכו', האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אים געמאלדן אומצוויידייטיג, אז אויב וויל ער אנהאלטן קשרי ידידות מיט סקווירא, מוז ער אריבערגיין א באזוך צו ר' יהושע.

און... לחץ האט געהאלפן. דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), אבער בלויז צו איינעם איז ער געקומען, צו ר' יהושע. אזוי האט סקווירא געהאפט צו פארגעבן אויף זיין פארשוועכטן כבוד, נעבעך.

בהמות און פערדן, איך האב נישט קיין אנדערע ווארט... נעבעך...
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

מיסטעריע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:19 am ווי געמאלדן זענען די 15 משפחות חסידי ראחמיסטריווקא לינדען געגאנגען צום בארא פארקער רבין ווי איידער מקבל מרות זיין פון האדמו"ר מהרי"י מלינדען שליט"א
עס גייען ארום שמועות אז ר' ימ"ז שליט"א גייט קיין וויליאמסבורג איבערנעמען דארט די אדמורו"ת.
יחסן_גדול
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך יחסן_גדול »

צפת האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 10:39 am כ"ק מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געקומען אויף א בליץ באזוך פון שיכון ויז'ניץ קיין מאנסי, וויילנדיג דאהי בלויז איין טאג לרגל א סנדקאות פון דער ערשטער אור-אור-אייניקל לאיוש"ט. זייענדיג דא אויף א קורצע באזוך, האט ער געהאט אן אנגעשטרענגטע סדר היום און ער איז נישט ארומגעגאנגען קיין ערגעץ אויף קיין באזוכן.

ביי די שמחת הוואכנאכט, וואס איז פארגעקומען בבית-מדרשו אין מאנסי, אינאיינעם מיט א בר-מצוה לנכד חתנו הרה"צ ר' יצחק בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, האט דער רבי באמערקט דעם רחמיסטריבקער רבי שליט"א זיצן בתוך שאר הרבנים החשובים אויפן אויבן-אן. דער רבי האט אים ארויפגערופן, געהייסן דעם גבאי זאל אים ברענגען א שטוהל מיט א בעכער, און אים מכבד געווען כאדמו"ר גדול. בשעת מעשה האט דער רבי לאנג געשמועסט מיט אים און ס'איז געווען ניכר הכבוד וההערצה אליו.

אויפצומארגנס איז געקומען א טעלפאן קאל פון סקווירא, אז עס איז געשען דא אן עוון בל-יכופר, און דער ויז'ניצע רבי מוז גיין באזוכן האדמו"ר ר' יהושע מרחמסטריבקא. וויפיל די גבאים האבן פראבירט צו ערקלערן אז דער רבי גייט צו קיינעם נישט און די צייט איז אנגעשטרענגט, און דא רעדט מען פון אן אכציג יעריגע רבי וואס שפירט זיך נישט גוט וכו', האט עס גארנישט געהאלפן. מען האט אים געמאלדן אומצוויידייטיג, אז אויב וויל ער אנהאלטן קשרי ידידות מיט סקווירא, מוז ער אריבערגיין א באזוך צו ר' יהושע.

און... לחץ האט געהאלפן. דער ויז'ניצע רבי איז צו קיינעם נישט געקומען אויף א באזוך (פרט לבן דודו מויז'ניץ מאנסי, שהיה ביקור פרטי והסתגר עמו במשך למעלה משעה), אבער בלויז צו איינעם איז ער געקומען, צו ר' יהושע. אזוי האט סקווירא געהאפט צו פארגעבן אויף זיין פארשוועכטן כבוד, נעבעך.

בהמות און פערדן, איך האב נישט קיין אנדערע ווארט... נעבעך...
דער ר׳ יהושע האט קוים מנין, קיינער קוקט אים נישט אן אלס ווייל ער האט זיך געדרייט נאר אין סקווירא אלע שבתות פון יאר, חוץ ווען זיין שווער איז געפארן קיין מאליבו אדער נייעק אדער פרעשבורג וכו׳, דער זעלבע איז מיט ימים טובים, עס איז געווען אויסגערעכנט מיט א פונקטליכע חשבון ווען ער קומט צום טאטן צו די סדרים וכו׳.
קיינער אין ראחמיסטריווקא האט מיט אים קיינמאל נישט אנגעקניפט קיין קשר, יעצט זאל ער עסן זיינע פירות.

בנוגע די טעראר פון סקווירא, מיר זענען שוין פון לאנג צוגעוואוינט דערצו, לא מעלה ולא מוריד, עס וועט זיי גארנישט העלפן, כ״ק מרן אדמו״ר הרה״ק רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט״א מראחמיסטריווקא-מאנסי האט אלע חסידים פון מאנסי, בנוסף האט ער נאך הונדערטע חסידים ארום די וועלט כידוע. ווי אויך האט ער די מוסדות אין מאנסי.

זאג ט׳ מיר א סקווירא חסיד אז עפשר דייט מען עפענען פאר ר׳ שיע א ישיבה אין מאנסי, לכאן׳ וועט דאס אים צופים נישט העלפן, ווייל קיין איין ראחמיסטריווקא חסיד וועט נישט שיקן דארט זיין בחור, ער וועט דארפן גרויס סייעתא דשמיא מיט תפלות אז עס זאל זיך אויסארבעטן.

אפשר אויב ער וועט טוישן די נאמען פון ״ראחמיסטריווקא-מאנסי״ צו ״ראחמיסטריווקא-בלאוועלד״ וועט ער האבן סייעתא דשמיא, לעת עתה וואס ער טשעפעט מיט׳ן פעטער רבי אברהם דוב וועט ער קיינמאל נישט מצליח זיין.
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע פרשה, איך בין פון דער עלטערע דור, און איך קוק אהן די גאנצע זאך מיט א שטיק געלעכטער, די וועג וויאזוי די ראחמיסטריווקא אדמורו"ת פירט זיך אויף, בפרט וויאזוי די היציגע חסידים רעאגירן, וואלט מען שוין געקענט פאר די געלט בלייבן אין סקווירא וד"ל.

ס'איז געווארן א שטיק פאליטיק, די אלטע רבי איז אוועק געשטאנען פון דעם, די ווייטאג איז פי כמה, סקווירא האט כאטשיג געהאט חסידים קענען זיי רעדן און זיך אויף פירן וויאזוי מ'האט זיך אויפגעפירט.... אבער במחילת כבודם פון אלע אינגע חסידים, ענק זענען אונטערשטעליג פון סקווירא אדער וועלכע אנדערע חסידות במספר קטן מאוד, אבער ענק בונטעווען ווי כאילו מ'רעדט פון ווער ווייסט וואס....

איך האב פאר ענק נייעס, די רבי האט געמופט קיין בארא פארק האט ער געהאט צוויי מאל גארנישט, און צוביסלעך האט זיך עס געבויט, פרעג איך אייך, איר מאכט חוזק פון מהרי"י פון לינדען, איר מאכט חוזק פון מהר"י פון מאנסי, יעדער פון זיי וועט נאכגיין אין טאטן'ס פוס טריט, דהיינו אנהייבן מיט זערא, און צוביסלעך אנקומען, איינער וועט אנקומען שענער איינער ווייניגער, כפי מזלו ולפי ערכו.

אז מ'רעדט שוין פון די אנדערע רבי'ס וועם מען מאכט נישט חוזק, וויפל האבן זיי יא, די וויכוח איז געווען אין מאנסי צו מהרי"י האט געהאט 50 אדער 100 מענטשן, און דאס הייסט שוין צוזאמען געשלעפט א עולם..... און וויפל רעדט מען אין לינדען, מ'האט גערעדט פון גאנצע 20 משפחות, ביזדערווייל פון די חתימות זעה איך בלויז 15 משפחות, העמיר נאך געוואויר ווערן וויפל ס'איז דא אין אוק ענד וויין, ביזדערווייל זוכט מען נאך חסידים, און לעיקוואוד גופא איז מער ווייניגער "ידידים אוהדים ומעריצים" ווי חסידים, אזעלכע לעיקוואד סטייל חסידים, נישט דאס מיינט דער פסוק ווען מ'וויל אפטייטשן וואס מיינט חסידים, ווייטער אין וןיליאמסבורג אויב ר' זושא גייט אהין, רעדט מען פון גאנצע 10-14 חסידים, און פלוצים וועם מ'האט נישט ליב רעדט מען געמיין, און משימפט פאר כעס, האלאו, בארויאיגט אייך, ענק זענען במילא א געלעכטער, א בינטל שלש סעודות רעבעלעך איינער מער און איינער ווייניגער.... וואס יא, די רבי ז"ל הכ"מ האט געהאט א חן, א שמעק פון א ערליכע איד פונעם פריערדיגן דור, ס'האט געצויגן אידן מסלתה ןמשמנה פון יהדות אמעריקא ווי א מאגנעט, די היינטיגע פרחי חסידים מאכן חוזק פון סקווערא, ווען זיי קאפי-פעיסטן אלע פאמפע און שוואנצונעס פון סקווירא, און ווי געזאגט האט סקווירא כאטשיג פאר וועם, ענק טוען דאס פאר רבי'ס וואס האט עטליכע אויסגעקארגטע חסידים'לעך.....
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מיסטעריע »

איך וויל קלאר שטעלן, איך פארשטיי זייער די ווייטאג, ווען מ'האט א בא'טעמ'טע רבי זושא, אין דער שוואכסטער זוהן פון רבין ריקט זיך אהן אזוי מיר נישט דיר נישט אונטערן פוס.... אבער זייט וויסן טייערע לינדענער חסידים, ענק דארפן נישט מקבל מרות זיין פון איהם, אבער די די באבל וואלט במילא געפלאצט, ווייל די יעצטיגע לינדענער רבי איז א פלעינע ביזנעסמאן, און מער ווי א רב פון א ביהמ"ד וואלט ער במילא נישט געווארן, ער גייט נישט אנקומען צו ווייט, אבער איך וואונדער מיך אויף די די רבי'ס האחים הקדושים אנגעהויבן ביים בארא פארקער רבין, ער וואלט געדארפט זאגן פאר די 15 לינדענער חסידים איך קען נישט ווייטאגן מיין ברודער איך קען ענק נישט אויפנעמען אלס מיינע חסידים, די לינדענער שטיבל קען נישט זיין אונטער מיין הנהגה, נאר וואס דען "מ'מישט זיך נישט", די זעלבע אין מאנסי די ברודער זענען שטיל, מ'וועיסט נישט" וואס זענען זיי אנדערש פון זייער פעטער אין סקווירא.... מ'דארף מיר אפילו נישט ענטפערן, איך האב שוין פריער ערקלערט, א קליינע אויסגעשפילטע פלאץ וואס האט נישט געהאט גענוג חסידים כדי חלוקה פאר אלע ברודער'ס רבי'ס, אבער מ'האקט א גאנצען טאג אויף סקווירא און מ'מאכט זיי נאך טריט ביי טריט, נישט פאר דעם זענען אונז אוועקגעגאנגען פון סקווירא אז פערציג יאר שפעטער טוהט מען זיי נאך אויף יעדע שריט
פארשפארט