נייע פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 443
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 865 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1614 מאל

נייע פארום: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך מנהל »

די וואך איז געווארן 11 יאר זייט אונזער אומפארגעסליכער חבר @ידען האט געעפענט די אשכול "זאכן וואס כ'וויל וויסן". דער דאזיגער אשכול האט זיך ארויסגעשטעלט צו פארמאגן גאר אסאך שיינע שמועסן אויף אסאך ענינים, מיט טויזענטער תגובות און הונדערטער טויזענטער וויוס. ס'איז יעצט די צייט בע"ה דאס צו פארוואנדלען אין א פארום פאר זיך ווי יעדע פראגע קען באקומען די פארדינטע אויפמערקזאמקייט און יעדע שמועס זאל זיין באזונדער.

אין אלגעמיין איז די תקנה אין קאווע שטיבל אז אויב מ'עפענט אן אשכול מוז מען האבן דערין עפעס א חתיכה הראויה להתכבד, נישט סתם א שורה. אבער דער נייער פארום איז ספעציעל געמאכט פאר יעדע פראגע וואס איינער וואונדערט זיך, גרויס אדער קליין.

די קעפל פון יעדע נייע אשכול מוז זיך ענדיגן מיט א פראגע-צייכן.

אין דעם פארום ברענגען מיר אריין די ספעציעלע פיטשור אז מ'קען שרייבן און ענטפערן אנאנים.

אויף אנצופאנגען האבן מיר אפגעטיילט אפאר פון די לעצטע שמועסן אין באזונדערע אשכולות. אויב איינער וויל ווייטער ציען א שמועס פון איינע פון די זאכן אין דעם אריגינעלן אשכול, זאל ער אנפאנגען א נייעם אשכול, און לייגן א לינק פון וואו ער איז ממשיך דעם שמועס.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר