מזל טוב א שטאך
מזל טוב א שטאך
אוי ווי עס שטעכט.
איך קוק אויף מיין ווייב, זי קוקט צירוק, ביידע האבן אונז א פראוני פנים אויסגעצויגן, דריי פערטל פארוויינט, אירע אויגן ווייזט ארויס א טיפע טרויער און וויי, די מצב אין מיין קליינע שטילע שטוב ווערט אנגעצויגן, א שטילקייט באהערשט די ליפט, די וואך האט זיך קוים אנגעהויבן פארוואס דארף עס נעמען די דירעקציע?.
שבת קודש איז געווען א פרייליכע ביי מיין שווער'ס פאמיליע מען איז זיך צוזאמגעקומען, פארברענגט צוזאמען און געהאט א געשמאקע עונג שבת, מיין בני בית און איך האבן חושד געווען די שוועגערין, אבער יעצט מוצאי, איז עס געווארן באשטעטיגט מיט א ברירית אין א קלארקייט, אז יא, די שוועגערין, שוין עטליכע אונטער מיך און מיין ווייב, איז פרעגנינט, פון איין זייט איז עס א שמחה אז ב''ה די משפּחה ווערט גרעסער, אבער ווען גייט זיין מיין טורן צו עס מאכן גרעסער, ווען גייט זיין מיין ווייב'ס רייע צו איינמעלדן אירע געשוויסטער אז זי איז טראגעדיג, פארוואס ביי אונז ריקט זיך די באן נישט פאראויס, פארוואס פלאן איך נאכנישט קיין שמחה, פארוואס איז מיין ווייב נאך נישט ביזי איינקויפן קינדער קליידער.
פארוואס פארוואס פארוואס.
איך וויל אויך זיין א טאטע.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
די ארגענעזאציעס ווי בוני עולם a time קענען דיך לכאורה די בעסטע העלפן צו דורכגיין די שווערע טעג און אי"ה בקרוב אויפגעראכטן ווערן. מיר קענען בלויז מתפלל זיין פאר דיר און דיין ווייב בתוך שאר חשוכי בנים אז מ'זאל בקרוב הערן בשורות טובות.
זאלסט אבער וויסן אז די האסט דא אן אוזן קשבת. און טאמער דארפסטי דיך אויסרעדן און זיכסט איינער זאל אויסהערן, זעמיר דא פאר דיר.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
און אויב קענסטו חס ושלום נישט האבן קיין קינדער קענסטו וויסן אז ס'איז נישט עק וועלט. קינדער זענען די וואס מ'ציעט אויף, נישט די sperm וואס מאכט עס א אייגען קינד. אז די וועסט אדאפטירן א קינד ( מיט א גוטע לויער, געדענק) איז עס פונקט אזוי א קינד ווי נאטירלעך געבוירן. אביסל טראכטן טיף וועסטו עס אי"ה פארשטיין ודבר פשוט הוא.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

עס ציפט, עס שניידט ווי טויזענט מעסערס, שטעכט ווי א בינשטאק אטאקע, עס קריכט אריין אינעם בשר החיי ווען צו די אויערן גרייכן דאס געוויין פונעם קליין קינד, דאס פיצל וואס ליגט מיטן גאנצן צוטרוי אין דער ארעם פון דער בורטגעבער זיינע. פון די זייט פונעם אויג געב איך א קליינע בליק, איך וויל זיך נישט אויסדרייען, איך וויל זיך נישט אנשטויסן אין די אומבאקוועמע קוקערייען פונעם מוטער, איך וויל פארמיידן די אומאיינגענעמליכקייט פון א בליקן צוזאמטרעף ווי ווייט איך קען. איך שטרעב ארויסצוווייזן א געפיל פון פרייד, כוואליעס פון פארגינערישקייט אבער אין הארץ צאפלט עס, מיין נשמה וויינט מיט געשטיקטע טרערן און לאזט מיך איבער אינגאנצן צעמישט.
איך פארגין איר נישט? איך בין איר מקנא? פארוואס זאל איר נישט גיין גוט? וואס האט די וואוילזיין פון אנדער מיט מיך? אבער מיין הארץ אינערווייניג פארשטייט נישט צו קיין מוסר, דערגייט נישט מיין שווערע מוה זיך מיטצופרייען, ער וויינט און לעכעצט.
מיין קאפ הייבט אן צו שווינדלען ווען איך דערמאן זיך דער שלום זכר פונעם קינד. איך בין אריין געעקומען מיט א פארלוירנקייט. גלייך האב איך אויפכעכאפט ווי דער געזיכט פון מיין שוואגער ענדערט זיך, ווי נאר ער האט מיך באמערקט. איך בין צוגעגאנגען צו איהם, יעדער תנועה אין מיין שמייכל איז געווען אין מיין פולסטן באוואוסטזיין, איך דערלאנג איהם דאס האנט.
אוי! די אויגן וואס האבן נישט געטראפן רוה אין זייערע לעכער, דאס מויל וואס האט געזוכט - אן ערפאלג, די פאסיגע ווערטער, דער האנט וואס האט געציטערט פארשוויצטערהייט אין מיין האנט, זיי האבן מיך פאראיבלט, מיך אריין געשליידערט אין מיין קלעם און צום לעצט האט מיך אויסגעפעלט דער גוט ווארט פון מיין שווער.
דאס קינד ליגט זארגפעליג אין זיין מוטערס ארעם מיט פארמאכטע אייגעלעך, פארשטייפטע פויסטן און געבט יעדער עטליכע מינוט ארויס א זיס קרעכטסל פון זיין נארוואס געבוירענע שטום-בענדער. דער פאטער זיינע, קומט אריין, מיט אן איינגעהאלטענע שמייכל גייט ער צו צו מיך און מיט א צוקער-זיסע טאן געבט ער א פרעג: איך האב באשלאסן דיך מכבד צו זיין מיט קוואטער, דו ווילסט עס נעמען?
קוואטער? כיבוד? דאס דארף איך? איך דארף מיין אייגן קינד, איך וויל האלזן מיין אייגענע זון, איך וויל קענען מכבד זיין מיט קוואטערשאפט, וועם מיך וועט גלוסטן.
טייערע איד ווער נישט ביי דיך צעפאלן, די וועסט נאך אויפגעלאכטן ווערן, פון דיר האט מען נישט פארגעסן. אמת טאקע עס נעמט עטוואס לענגער ווי געראכטן, אבער ניין, נישט אויף אייביג, אפילו נישט אויף העלפט פון אייביג. גאר אין נאענטן וועסטו נאך קושן די שטערן פון דיין אייגנס.

כבר כתבתי לך באידיש ואתה הולך וגדול אם הצער והדראמא ובאמת אי אפשר לי להשיג את זה ורציתי לדבר אתך דברים של טעם ואילי תהיה לך לעזר.
לא זכיתי להבין תשוקתך. יש כמה ילדים שאין להם אב ואם והם צריכים לך, לך או לאדם חשוב כמותך שאפשר לגדל הילד אם חיבה יתירה. לך כנוס אותם אל ביתך ותהיה לך לזכות.
לי יותר מובן הצער שאי אפשר לך ההוצאות זרע מתוך שמחה וטוב לב מהצער שאתה עושה דראמא ממני כאילו הכל תלוי בטיפה. ואין המחשבה הזה אלא דברי קבלה ולא דברי ראצינאלי.
גם תעסק בטערעפי הרבה בהקדם האפשרי. שהרבה גדולי הדור פה בכלל לא מבינים איך אתה שורה בצער כל כך על זה. ואפשר שניחה לך בצער כאין עבד עברי שלא ניחה לו לעזוב את האדון במלאות שש שנים וכו' כי עבדי עברי בצער ניחא לו. ולא בהפקירא. וע"ז דווה לבינו על חשכות עינך באופן שיש התרה - ילדי ישראל המנחת בקרן זוויות ומוזיל דמעות כמוך רק בזוויות אחר ומחכה בכיליון עינים לאב ואם. וברגע שיפתח השם אוצרך ותראה ה'שיינקייט בזה תהיה ישועת השם כהרף עין, לכם ולהילד הצריך לזה.
ואל תדין קל וחומר מימי קדם ומהאבות וכו'. שבזמן קדם לא היה מושג של אדאפטען כמו בימינו אם רשיון המלך וכו', ודבר פשוט הוא.
וצדקה תהיה לך. אם תעשה הצדקה תהיה זה בשבילך ובשביל הילד.
לא זכיתי להבין תשוקתך. יש כמה ילדים שאין להם אב ואם והם צריכים לך, לך או לאדם חשוב כמותך שאפשר לגדל הילד אם חיבה יתירה. לך כנוס אותם אל ביתך ותהיה לך לזכות.
לי יותר מובן הצער שאי אפשר לך ההוצאות זרע מתוך שמחה וטוב לב מהצער שאתה עושה דראמא ממני כאילו הכל תלוי בטיפה. ואין המחשבה הזה אלא דברי קבלה ולא דברי ראצינאלי.
גם תעסק בטערעפי הרבה בהקדם האפשרי. שהרבה גדולי הדור פה בכלל לא מבינים איך אתה שורה בצער כל כך על זה. ואפשר שניחה לך בצער כאין עבד עברי שלא ניחה לו לעזוב את האדון במלאות שש שנים וכו' כי עבדי עברי בצער ניחא לו. ולא בהפקירא. וע"ז דווה לבינו על חשכות עינך באופן שיש התרה - ילדי ישראל המנחת בקרן זוויות ומוזיל דמעות כמוך רק בזוויות אחר ומחכה בכיליון עינים לאב ואם. וברגע שיפתח השם אוצרך ותראה ה'שיינקייט בזה תהיה ישועת השם כהרף עין, לכם ולהילד הצריך לזה.
ואל תדין קל וחומר מימי קדם ומהאבות וכו'. שבזמן קדם לא היה מושג של אדאפטען כמו בימינו אם רשיון המלך וכו', ודבר פשוט הוא.
וצדקה תהיה לך. אם תעשה הצדקה תהיה זה בשבילך ובשביל הילד.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
וואס זאליך דיר זאגן?
איך האב עס אויך דורכגעמאכט. מיט עטליכע יאר צוריק. די געפיל איז נישט קנאה, די געפיל איז 'איך וויל א קינד'.
ATime איז געווען ווערט א רעטעך. מאכן שבתוןס און א וועבסייט ווי יעדער האט געקענט שמועסן, און פאר דעם שנאדערן זיי מיליאנן.
בוני עולם האט געהאלפן, מיט א סיוע שיש בו ממש.
ובסופו של דבר זענען מיר געהאלפן געווארן מיט א בן זכר. פון דעמאלס איז ביי אונז געבארן געווארן א גאנצע שבט. די סיסטעם מוז זיך רוקן. יעדעמ'ס געזונטהייט צושטאנד איז אנדערש, אבער טאמער מיין ערפארונג קען איינעם געבן חיזוק, האט זיך עס געלוינט.

- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: מזל טוב א שטאך
אזויווי עס הערשט א צעמישעניש מיט די אנאנימס דא, מ'ווייסט שוין נישט ווער עס שרייבט וואס, קום איך ארויס קלאהר.
דער פאוסט האב איך געשריבן:
(עס איז נישט דער זעלבע אנאנימער ווי דער פותח האשכול.)
דער פאוסט האב איך געשריבן:
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 27#p520327אנאנים האט געשריבן:עס ציפט, עס שניידט ווי טויזענט מעסערס.
(עס איז נישט דער זעלבע אנאנימער ווי דער פותח האשכול.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך גלייך געווענטלעך דיינע דעות אבער דאס מאל שפיר איך אז דו קומסט אריין זייער שטומפיג... נעם עס נישט צום הארצן ביטע...יאסל ראקאווער האט געשריבן:כבר כתבתי לך באידיש ואתה הולך וגדול אם הצער והדראמא ובאמת אי אפשר לי להשיג את זה ורציתי לדבר אתך דברים של טעם ואילי תהיה לך לעזר.
לא זכיתי להבין תשוקתך. יש כמה ילדים שאין להם אב ואם והם צריכים לך, לך או לאדם חשוב כמותך שאפשר לגדל הילד אם חיבה יתירה. לך כנוס אותם אל ביתך ותהיה לך לזכות.
לי יותר מובן הצער שאי אפשר לך ההוצאות זרע מתוך שמחה וטוב לב מהצער שאתה עושה דראמא ממני כאילו הכל תלוי בטיפה. ואין המחשבה הזה אלא דברי קבלה ולא דברי ראצינאלי.
גם תעסק בטערעפי הרבה בהקדם האפשרי. שהרבה גדולי הדור פה בכלל לא מבינים איך אתה שורה בצער כל כך על זה. ואפשר שניחה לך בצער כאין עבד עברי שלא ניחה לו לעזוב את האדון במלאות שש שנים וכו' כי עבדי עברי בצער ניחא לו. ולא בהפקירא. וע"ז דווה לבינו על חשכות עינך באופן שיש התרה - ילדי ישראל המנחת בקרן זוויות ומוזיל דמעות כמוך רק בזוויות אחר ומחכה בכיליון עינים לאב ואם. וברגע שיפתח השם אוצרך ותראה ה'שיינקייט בזה תהיה ישועת השם כהרף עין, לכם ולהילד הצריך לזה.
ואל תדין קל וחומר מימי קדם ומהאבות וכו'. שבזמן קדם לא היה מושג של אדאפטען כמו בימינו אם רשיון המלך וכו', ודבר פשוט הוא.
וצדקה תהיה לך. אם תעשה הצדקה תהיה זה בשבילך ובשביל הילד.
דו קומסט מיט גאנצע תורות און לאגישע חשבונות פארוואס ס'איז נישט קיין פראבלעם, בשעת די מענטשן וואס גייען עס אריבער שפירן ווייטאג צו עס איז יא בארעכטיגט צו נישט, ס'איז א פעין וואס מענטשן האבן וואס דו פארשטייסט נישט ווייל דו ביסט עס קיינמאל נישט דורך, און לכאורה אפילו ווען דו גייסט עס ווען יא דורך וואלסטו אויך נישט געקענט פארשטיין וויאזוי יעדער שפירט עס.
יעצט בנוגע דיין טענה אז מ'קען אדאפטן, די מציאות האט געוויזן אז ס'האט זיך אסאך מאל נישט אויסגעארבעט אין די לאנג ראן, מ'האט אריינגעלייגט כוחות פאר יארן לאנג און די קינד איז עלטער געווארן און אנגעהויבן זוכן זיינע ריכטיגע עלטערן, און געווארן אפגעפרעמד פון זיינע עלטערן וואס האבן אים אויפגעצויגן, אין ישראל איז געווען א דאקומענטרי פון א מיידל וואס איז אויפגעוואקסן אין א פרומע קהילה און איז געווארן א קריסט נאכן געוואויער ווערן איר ריכטיגע אידענטיטי, זעהט אויס אז ס'איז יא דא א חילוק צווישן א קינד וואס איז בלוט און פלייש קעגן א קינד וואס מ'האט נאר אויפגעצויגן, אפגערעדט פון די געפיל פון איבערלאזן א קדיש וכדומה וואס מענטשן רילעיטן שטארק צו אזעלכע זאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
באמת האב איך מיך נישט געפלאנט אנצורופן ווייל ס'איז באמת קאנטערפראדאקטיוו, יעדער פארשטייט אז ווען א מענטש רעדט זיך אזוי אויס דאס הארץ איז זאכליכע עצות די לעצטע זאך וואס ער זוכט, אבער אז דו האסט זיך שוין יא אנגערופן וועל איך מיך אויך ערלויבן, און איך בעט אז אויב מיינע ווערטער זענען נישט גענוג סענסיטיוו זאל מען עס זאפארט פארמעקן. ס'מיר זייער אינטערעסאנט, ס'דא מילליאנען מענטשן וואס האבן אויסגעוועלט נישט צו האבן קיין קינדער, צו בכוונה צו זיי זענען געוועהן פאקוסירט אויף אנדערע זאכן ביז ס'שוין געוועהן צו שפעט, און זיי זענען די צופרידענסטע מענטשן אויף דער וועלט. קענען צוויי פרויען אויפשטיין צופריה, ביידע זעהען צוויי ליינס, איינע איז פרייליך ביז'ן הימל און די צווייטע פאלט אריין אין א קלינישע דיפרעסיע וואס גייט נישט אוועק ביז נאכ'ן אבארשען. ווי ס'זעהט מיר אויס איז עס פשוט די מיינדסעט, ווי א קליין קינד וואס האט געזעהן א נארישע שפילצייג ביי זיין חבר און ער איז געווארן fixated דערויף און ער האלט נישט ביים נאכלאזן. ווי עפעס אן אומגעזונטע פערפעקציעניזם וואס א מענטש האט אפגעמאכט ביי זיך אז "דאס איז וואס וועט מיך גליקליך מאכן" און ער איז גרייט צו גיין דערפאר מיט'ן קאפ אין וואנט, ער כאפט ניטאמאל אז ס'איז גאר די fixation וואס מאכט איהם אונגליקליך... והשם הטוב יכפר.יאסל ראקאווער האט געשריבן:און אויב קענסטו חס ושלום נישט האבן קיין קינדער קענסטו וויסן אז ס'איז נישט עק וועלט. קינדער זענען די וואס מ'ציעט אויף, נישט די sperm וואס מאכט עס א אייגען קינד. אז די וועסט אדאפטירן א קינד ( מיט א גוטע לויער, געדענק) איז עס פונקט אזוי א קינד ווי נאטירלעך געבוירן. אביסל טראכטן טיף וועסטו עס אי"ה פארשטיין ודבר פשוט הוא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
בש. די דרך הטבע, די אריגינעלע געדאנקנגאנג פון א מענטש און זיין אינערליכע רצון איז צו אראפברענגן קינדער אויף די וועלט און זיי אויפציען. דאס אז היינט זענען אסאך מענטשן עקסטרעם סעלפיש און ווילן נישט קיין קינדער מאכט עס נאך נישט גלייך מיט די איידיע פון יא וועלן קינדער.
ס'איז נישט צוויי מיני מיינדסעטס, נאר א דיפאולט מיט א קרומע.
אוודאי קען א מענטש (פרובירן עכ"פ) משלים זיין מיט די מציאות און שיפטן זיין פאקוס פון האבן קינדער צו אנדערע זאכן, אבער עס אנצורופן אזוי פלעין און סימפל א "מיינדסעט" איז זייער א ארימע שפראך אויסוואל.
און בכלל איז עס אינגאנצן נישט אין פלאץ אין א צייט ווען א מענטש וויל פשוט'ע מיטגעפיל און וואלידאציע.
יא @רביה''ק, קענסט אויסמעקן דיין תגובה.

רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אטע דאס האב איך טאקע געמיינט מיט די fixation, מ'האט אפגעמאכט אז דאס איז "אריגינעל" און "נאטורליך" מ'מאכט דערפון א דראמא און א טענטראם און גיי רעד צום לאמפ.מתבודד האט געשריבן:בש. די דרך הטבע, די אריגינעלע געדאנקנגאנג פון א מענטש און זיין אינערליכע רצון איז צו אראפברענגן קינדער אויף די וועלט און זיי אויפציען. דאס אז היינט זענען אסאך מענטשן עקסטרעם סעלפיש און ווילן נישט קיין קינדער מאכט עס נאך נישט גלייך מיט די איידיע פון יא וועלן קינדער.
ס'איז נישט צוויי מיני מיינדסעטס, נאר א דיפאולט מיט א קרומע.
מיטגעפיל האב איך זייער, איך פארשטיי די געפיהל זייער גוט, איך האב דאך אויך מיינע fixations וואס מאכן מיך אונגליקליך ליידער, אבער וואלידעיטן און ראציאנאליזירן מיינע קרומקייטן וועל איך קיינמאל נישט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אני הקטן בין דער פותח האשכול.
אזויווי @מתבודד האט שוין געשריבן די דרך הטבע איז אז יעדער וויל האבן קינדער, עס איז א קרומע און גאר סעלפיש איידיע נישט צו וועלן בכלל האבן קינדער.
אבער לאמיר פאר א מינוט זאגן אז די איידיע פאר זיך איז נישט אזוי שלעכט, דאס איז גוט ווייל זיי האבן בוחר געווען אין די דרך, ווען די ביסט געצווינגען נאר אויף איין וועג, איז עס גארנישט געשמאק.
אזויווי @מתבודד האט שוין געשריבן די דרך הטבע איז אז יעדער וויל האבן קינדער, עס איז א קרומע און גאר סעלפיש איידיע נישט צו וועלן בכלל האבן קינדער.
אבער לאמיר פאר א מינוט זאגן אז די איידיע פאר זיך איז נישט אזוי שלעכט, דאס איז גוט ווייל זיי האבן בוחר געווען אין די דרך, ווען די ביסט געצווינגען נאר אויף איין וועג, איז עס גארנישט געשמאק.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליין איבער מיינע ווערטער, כ'האב חס ושלום נישט געזאגט אז ס'איז געשמאק, ס'איז ביטער ווי א זית מיט חרוסת, כ'האב נאר געזאגט אז ס'איז די מיינדסעט ("געצווינגען" דיינע אייגענע ווערטער) וואס מאכט עס ביטער, נישט די "אומנאטורליך" און "אומסעלפיש" און די אנדערע סעלף וועלידעיטינג בולקרעפ. וואס נאך האב איך געזאגט? טוישן די מיינדסעט און נאכגעבן פון די פערפעקציאניזם און עקשנות אז אלעס מוז גיין די וועג וויאזוי דו דמיונ'סט זיך אז "ס'קומט אזוי" קען עס פארזיסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מזל טוב א שטאך
עס ווענדט זיך וויאזוי מען קוקט אן דאס לעבן\וועלט.
און ניין, עס איז נישט ווי א קינד מיט א שפילצייג. דאס איז פאנדעמעטאל, ביי איינעם (רוב מענטשן) איז האבן קינדער דאס ציל פון לעבן, און ביי געוויסע (געווענליך ליבעראלע חברה) מיינט דאס באדייט פון געבוירן קינדער א בלויזע ביאלאגישע ווילן, אין זייערע קעפ קוקן זיי דאס אן פונקט ווי דאס רייץ פון עסן וכדו', און עס באדייט נישט גארנישט טיפער ווי דעם. ווידער אין רוב וועלט איז דאס כמעט ווי די סיבה פארוואס מען לעבט.
ס'איז נישט צוויי מענטשן איינס לעבן די אנדערע, דאס זענען מענטשן וואס רעדן כמעט באזונדערע שפראכן.

איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מזל טוב א שטאך
עטליכע האבן אנגערירט דאס נישט וועלן האבן קינדער "סעלפיש", ביטע זיך מסביר זיין.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
ס'ווענדט זיך אויך אין וועלכע געזעלשאפט מען לעבט. דהיינו, אין אלגעמיין (מסתם ביי רוב מערב וועלט) איז א אנגענומענע נארמע צו כסדר פארטיען מיט פריינד און פריינדינעס נאכמער ווי מיט משפחה, ממילא קען די לעבן אנגיין מער ווייניגער אן קינדער אויך. משא"כ ביי אונז, אנע שתילי זיתים סביב השלחן האסטו נישט מיט וועם צי גיין צים טיש.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
א מענטש האט א נטיה צו געבן און זיין א משפיע. די דרך הטבע'דיגע וועג צו עס אויספירן איז דורכ'ן געבוירן און אויפציען קינדער. מצד שני נעמט עס אבער אוועק גאר אסאך פון דיין אייגענע לעבן, קענסט שוין גארנישט טון אן זיך רעכענען פארדעם וואס די גייסט טון מיט דיינע קענדער, ווער וועט פון זיי קעיר נעמען וכו' וכו'. סא די גרינגע וועג ארויס איז פארשטייט זיך נישט צו האבן קינדער, אבער ס'איז סעלפיש, ס'איז זיך רעכענען מיט זיך און נאר מיט זיך.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עטליכע האבן אנגערירט דאס נישט וועלן האבן קינדער "סעלפיש", ביטע זיך מסביר זיין.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
בקיצור, מ'האט שוין געטראפן א תירוץ צו ווארפן א טענטראם, איך הייב הענט.טמיר האט געשריבן:ס'ווענדט זיך אויך אין וועלכע געזעלשאפט מען לעבט. דהיינו, אין איילגעמיין (מסתם ביי רוב מעריב וועלט) איז א אנגענומענע נארמע צי כסדר פארטיען מיט פריינד און פריינדינעס נאכמער ווי מיט משפחה, ממילא קען די לעבן אנגיין מער ווייניגער אן קינדער אויך. משא"כ ביי אונז, אנע שתילי זיתים סביב השלחן האסטו נישט מיט וועם צי גיין צים טיש
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: מזל טוב א שטאך
@מתבודד ניין. דאס איז אין גרויס טייל נישט די סיבה פארוואס מענטשן ווילן נישט ברענגען קינדער אויפן וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
עס איז נישט סעלפיש, ווייל די קינדער זענען נאך נישט געבוירן. נישט וועלן העלפן אנדערע אדער נישט וועלן אדאפטן א קינד איז אויב עפעס סעלפישמתבודד האט געשריבן:א מענטש האט א נטיה צו געבן און זיין א משפיע. די דרך הטבע'דיגע וועג צו עס אויספירן איז דורכ'ן געבוירן און אויפציען קינדער. מצד שני נעמט עס אבער אוועק גאר אסאך פון דיין אייגענע לעבן, קענסט שוין גארנישט טון אן זיך רעכענען פארדעם וואס די גייסט טון מיט דיינע קענדער, ווער וועט פון זיי קעיר נעמען וכו' וכו'. סא די גרינגע וועג ארויס איז פארשטייט זיך נישט צו האבן קינדער, אבער ס'איז סעלפיש, ס'איז זיך רעכענען מיט זיך און נאר מיט זיך.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עטליכע האבן אנגערירט דאס נישט וועלן האבן קינדער "סעלפיש", ביטע זיך מסביר זיין.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
סעלפיש אין דעם קאנטעקסט וועט מיינען א מדה און נישט קיין פעולה.סקעפטיקער האט געשריבן:מתבודד האט געשריבן:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:עטליכע האבן אנגערירט דאס נישט וועלן האבן קינדער "סעלפיש", ביטע זיך מסביר זיין.
א מענטש האט א נטיה צו געבן און זיין א משפיע. די דרך הטבע'דיגע וועג צו עס אויספירן איז דורכ'ן געבוירן און אויפציען קינדער. מצד שני נעמט עס אבער אוועק גאר אסאך פון דיין אייגענע לעבן, קענסט שוין גארנישט טון אן זיך רעכענען פארדעם וואס די גייסט טון מיט דיינע קענדער, ווער וועט פון זיי קעיר נעמען וכו' וכו'. סא די גרינגע וועג ארויס איז פארשטייט זיך נישט צו האבן קינדער, אבער ס'איז סעלפיש, ס'איז זיך רעכענען מיט זיך און נאר מיט זיך.
עס איז נישט סעלפיש, ווייל די קינדער זענען נאך נישט געבוירן. נישט וועלן העלפן אנדערע אדער נישט וועלן אדאפטן א קינד איז אויב עפעס סעלפיש
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
https://youtu.be/_bDuNKEzRa8מתבודד האט געשריבן:נא, אלא מאי?צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@מתבודד ניין. דאס איז אין גרויס טייל נישט די סיבה פארוואס מענטשן ווילן נישט ברענגען קינדער אויפן וועלט.
https://youtu.be/Z5akv36ecnQ