זיי סענסעטיוו.

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
אנאנים

זיי סענסעטיוו.

שליחה דורך אנאנים »

דאס איז די דריטע, און האפענטליך די לעצטע אשכול איבער מיין פערזענליכע לעבן, און מיטמאכענישן אלס קינדער'לאזע טאטע.
איך בעט יעדעם איבער, אויב איך האב איינעם נערווירט.

עס קומט יעצט די יו''ט פסח, והגדת לבנך איז א שטארקע פאקטאר אין די הייליגע טעג, אבער נישט יעדער האט דער איינער וואס זאל מקיים זיין די וכן הבן שואל .
די שוועריגקייטן פון נישט האבן קינדער איז ביטער שווער, נישטא קיין טאג, נישטא קיין נאכט, מאמע רחל האט עס שוין ארויסגעשריגן 'ואם אין מיתה אנכי ', די פעין פון אהיים קומען יעדן טאג צו א ליידיגע הויז, -די זעלבע דירה פון די חתונה, נישטא קיין סיבה צו מופן- אדער נאך ערגער, אהיים קומען און טרעפן די עזר כנגדו, וויינען צושטורעמט ווייל טאקע גארנישט איז געשען, גארנישט האט זיך גערירט, ארום גיין אויף די גאס און באגעגענען די אנגעפילטע קערידזשעס מיט לעכטיגע קינדער, ווערענדיג געפירט דורך עלטערן עטליכע יאר יונגער ווי אונז, גיין צו שלום זכר/וואכנאכט/קידוש פון קוזין'ס וואס האבן בר מצוה געהאט ווען איך בין שוין געווען אין ישיבה גדולה, מ'קען אויפהערן אטעמען פאר מינוטן, די הארץ סקיפט א ביעט פון ווייטאג, אנקומען צו די שוויגער/עלטערן און זיך טרעפן מיט געשוויסטער וואס שטופן דאבעל וועגעלעך, בשעת די שפאצירסט אריין אליינס מיט דיין ווייב, א מין גהינם אויף די וועלט.

ווער עס איז נישט אריבער די קאשמאר גייט עס קיינמאל קענען פארשטיין, און עס איז בעסער די וועג, די געפיל ווען מען דארף ארויסגיין ערלעדיגן זאכן אויפ'ן גאס, אבער מען קען זיך נישט ברענגן צו פארלאזן די הויז, די פילינג וואס מען באקומט ווען די חברים טשעינדזשן פלוצלינג א שמועס ווייל איך, די רחמנות, האב זיך דערנענטערט, די שטעך וואס גייט גאר טיף ווען די שוועסטער'ס רעדן פון אפילו נארישע טאג צו טאג אנעקדאטן ווי קינדער קליידער, העיר סטיילס, און אפילו דאקטער עפוינטמענט'ס , די באשעפער זאל העלפן אז קיינער זאל עס קיינמאל נישט מיטמאכן, אבער ליידער איז דא קאפל'ס וואס גייען דורך די פרשה, און יעדע אומנויטיגע סטעיטמענט, ברענגט אן אומזיסטע פיין, איז טראכט א מינוט.

אזעלכע סטופיד קאמענטארן ווי 'פארוואס קומען ענק אייביג אן די לעצטע, עט'ס האט'ס אפילו נישט קיין קינדער' ווען אונז קומען אן צו א שמחה, אדער 'וואו די ביזט לאקי,קענסט רואיג דורך שלאפן די נאכט, איך בין אויפגעווען מיט מיין דריי חדשים'דיגע קינד', פארשטייסטו טאקע נישט אז ס'איז גארנישט אזוי געשמאק צו גיין שאפינג ערב יו''ט אין איך וואלט מיך גערן אויפגעטוישט צו בעביסיטן מיין אייגענע קינדער, אה האסט געוואלט וויסן פארוואס אונז זענען געקומען שפעט, ווייל יעדע רגע צווישן קינדער, איז פאר אונז אן אפקימעניש, און ניין, ביי אונז אינדערהיים שלאפט מען נישט אזוי רואיג, מער ווי איין נאכט ליגן ביידע פון אונז שטילערהייט און וויינען, וויפיל מאל האסטו שוין געזען זון אויפשיין אין מאנהעטן פון די 20'סטע שטאק אין אן האטעל, אגב, ס'איז הערליך, אונז האבן עס שוין געזעהן מער ווי איין אינדערפרי, ווייל די עפוינטמענט ביים דאקטער איז פרי פארטאגס.

וויאזוי האט מיין ווייב'ס פרענד די גאל ארויף צו קומען ביי מיך אינדערהיים און פרעגן איר חוות דעת אויף מעטירנערי קליידער וואס זי קויפט יעצט, פאר איר צווייטע קינד?! פארוואס טראכטן נישט מענטשן, פארוואס רעדט זיך מיין חבר אפ אויף זיינע צוויי קינדער צו מיך, ווייסט ער טאקע נישט ווי לאנג אונז ווארטן צו באקומען לפּחות איינס, און נאכדעם איז פארהאן די אנדערע מין, זיי זענען אזוי צובראכן פאר אונז, און זיי קומען יעדע פאר טעג מיט א פרישע סגולה וואס גייט זיכער געלונגען, והא ראי' ביי יענעם און יענעם האט עס געארבעט, דער שרייט אז די ווייב זאל גיין אין מקוה גלייַך נאך א טראגעדיגע פרוי, אדער אנטון א קלייד פון א שוואנגער, מאכן הבדלה אויף וויין, און דוקא טריקענע, אדער טרינקען מילגרוים זאַפט וואס דאס ארבעט נאטורליך.

און אוודאי די מערסט אויסגעפריווטע, זיין קוותר, פאר די זיבעטע מאל, שוין געווען פאר מיין יונגערע ברידער, אויך פאר איין שוואגער נאך אים, שוין געווען ביי חברים און עס האט נישט געווירקט ביז יעצט, פארוואס יעצט יא, גוטע קשיא, אדאפטירן דאס איז מער א לעצטיגע א פרישע סגולה וואס איז ארויפגעשווימען, ווי כאילו אונז ברויכ'ן עפעס פרעמדע קינדער, ניין, מיר דארפן אונזער אייגענע, יא אדאפטירן איז א לעזונג ווען מען איז 50 אדער העכער, נישט ווען מען איז פריש און יונג, נאכדעם איז פארהאן די רענדאם סגולות זאגן א ספעציפישע קאפיטאל תהלים אין די דאזיגע מינוט, וויינען ביי איין פסוק אין דאווענען, צוזאמען מיט די ווייב זאגן אכצן מאל קאפיטאל יח' אין די אכצענטע טאג אין חודש, מאכן שילוח הקן, עסן די אייער וואס מען האט גענומען ביים פארשיקן די מאמע, מאכן עקסערסייז, זיין רואיג, צינדן לעכט, און נאך.

אנטשולדיגט, מיר דארפן נישט דיינע עצות און קאמענטארן, וואס די ווייסט, ווייסן אונז אויך, און מער, די מצב אין אונזער שטוב איז גענוג שווער, ביטע מאך עס נישט שווערער, טראכט בעפאר די רעדסט, זיי מער סענסעטיוו.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר