צדק- בוני עולם

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
אנאנים

צדק- בוני עולם

שליחה דורך אנאנים »

קומט פיינעלי איין איד און פרובירט צו פיקסן א פראבלעם, אן אפקומעניש וואס מוטשעט הונדערטער קאפעל'ס צווישן אונז, אני הקטן אריינגערעכנט, און וויל מאכן אז די געזעץ זאל פארלאנגן אז אינשורענס קאמפעני'ס זאלן מוזן צאלן די אומגעהויער גרויסע סכומים פאר אינפערטילעטי אישו'ס, מוז מען אים קריטיקירן מוז מען אים אראפרייסן.

@היכי דמי, דאס איז אן איווענט ווי טאפ פאליטיקאנטן אין לאנד גייען זיך באטייליגן, ניין, עס קען נישט זיין צוגעשטעלט אזוי ווי דיין שלום זכר מיט אביסל ניסלעך און ביר, יא עס מוז זיין צוגעשטעלט צו פרעסן און מעכטיגע מוזיק, אויב ווייסטו וויאזוי די ביזנעס פון לאבאירן גייט צו, יא נאר דורך אזעלכע מעכטיגע איווענט'ס און לעגאלע שוחד אזוי טוט מען אויף.

@בת קול, 'ווער עס רעדט, ווייסט נישט, און ווער עס ווייסט, רעדט נישט', קען זיין אז די האסט מיטגעהאלטן איין ספעציפישע קעיס אין בוני עולם'ס מעכטיגע חסד אפאראט, איז ביסטו אנגעווייטאגט, בוני עולם איז נישט קיין גמ''ח נישטא אזא זאך בארגן געלט ביי זיי, אדער געבן זיי, אדער נישט, און ווייל זיי זענען אזוי גרויס און טויזענטער אידן ווארטן און קוקן ארויס אויף זייער הילף מוזן זיי אפזאגן געוויסע קעיסעס, עס איז נישט קיין נארמאלע איידיע אריינצופלאשן $150- $180 טויזנט אויף א יוטערעס טרענספלענט, ווען די גאנצע אפעראציע איז נאך בגדר געמבל, געלט, טאקע ווייל עס קומט פון די ציבור קענען זיי זיך נישט שפילן אזוי ריסקי, און ווער עס האט די מאה, האט די דעה, גייט אויך אן דא, א פארפאלק וואס קומט צו זיי, דארף זיך צושטעלן צו זיי, ווייל מ'נעמט געלט פון זיי, ווילסט טון עפעס אנדערש נעם נישט קיין געלט.

און יא, ביי די קעיס, נעמען זיי קרעדיט פאר דאס וואס זיי האבן געטון, נעמליך געגעבן ראט, עצות און הילף לגבי קאנעקטן דאקטוירים.

(איך שרייב עס אנאנים, ווייל איך האב חברים און משפּחה וואס זיצן דא אין שטיבל, און קענען מיין ניק, און זיי ווייסן נישט וואס מיין בני בית און איך גייען אריבער.)
און איך בעהט @מנהל זאל פליז לאזן די אשכול.
תודה.

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר