צי דארף דער עוכר צוקומען צו א תגובה אויף אייוועלט געוואויר צו ווערן אזא הלכה? די הלכה איז גאנץ קלאר.
צי פעלט דען אויפן ברייטן געוועב הלכות לרחצה פון ענליכע נושאים וואס מ'קען אויספויקן און מאכן דערפון די זעלבע צימעס און אפשר גאר מער ה"י ?
נארישקייטן !
היינט האט ער געכאפט פון דארט א סקרינשאט, מארגן כאפט ער פון דא, און איבערמארגן פון ספעיס.. וואטעווער. (איך פארשטיי אויך דאס ענין אז ס'ווענד זיך ווער ס'שרייבט עס.. וד"ל).
אז דער ידוע לשמצה וויל , קען ער כאפן אין די מינוט צענדליגער און אפשר הונדערטער סקרינשאטס פון דא און פון דארט, פון ווערטער וואס מ'קען דערפון ארויסלערנען דאס און יענץ, ס'איז אין לדבר סוף. נישט די פאר ווערטער פון יענע כותב איז די צרה. נישט דאס איז די חילול השם. ס'איז אפשר מער טיפשות און אומגעווארנקייט.
געוויס איז האקעל צו שרייבן אין אזעלכע ענינים אינעם היינטיגע עפאכע.. ווי טאקע איבערצייגט. מ'דארף האבן שכל און טראכטן וואס מ'שרייבט און שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו.
במשך די דורות האבן גדולי ישראל מיט מס"נ פארטיידיגט די תוה"ק פון אלע אנגרייפערס, די טרויעריג בארימטע וויכוחים און קושיות וואס איז געווארפן געווארן אין אונזער ריכטונג האט געקאסט בלוט פאר די רבנים. מ'האט אלעס אין די וועלט געטון צו ערקלערן די הלכות אז דער א"י זאל קענען פארשטיין אז נישט אים מיינט מען.
נו מה לנו ולצרה הזאת ? מעק עס אויס און פטר אן עסק. מיר האבן אבער נישט אזוי געטון, די מחיקות איז טאקע פארקומען אבער מחמת גזירת המלכות, און דאס איז געווען זייער ביטער, שכחת התורה בידים איז נישט קיין גרינג עסק. מ'האט געדרוקט ווילאנג מ'האט געלאזט און די אויבים וקמים האבן כסדר געהאט מלא טענות אויף פיל פיל דיבורים, בעיקר האט מען געליטן פון די היימישע.. וד"ל, האט מען עס פארטיידיגט און נישט געמעקט און נישט עס אויפגעהערט לערנען.
לאמיר קלאר מאכן, כ'מיין חלילה נישט צו זאגן אז ער האט נישט געטון קיין עוולה, אדער אז מ'דארף ענליכס אויספויקן, אוודאי דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ, און ס'איז א גרויס נארישקייט היינט צוטאגס צו שרייבן אזוינס ברבים, פונקט ווי יעדער פארשטייט צו זיין שטיל וועגן דין מסור בימינו, וכדומה לזה. פארפאלן מ'איז אין גלות... בפרט היינט מיט אזויפיל היימישע שונאים און דו ווייסט קוים ווער דיין שונא איז. און וואו ער דרייט זיך. דארף מען זייער היטן. די זאכן לערנט מען בין פה לאוזן ודי בזה.
ב"ה איין זאך איז אביסל גרינגער היינט ווי אמאל, ווייל אמאל האט זיך פארגלוסט א משומד צו אויפשפילן א שטיקל גמרא האט עס געקענט קאסטן מאסן אויסוואנדערונגען און צומאל דיני נפשות, ב"ה מיר לעבן אין א דעמאראטישע אטעאיסטישע וועלט איז גרינגער מיט דעם.
מ... יצא רשע? אייוועלט מאכט חילול השם !
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:אויב משום איבה איז די הלכה אנדרעש, איז נישט קיין חילול השם אז די הלכה וואלט געוועהן צו הרג'נן א גוי בדרך מורידין ולא מעלין ווען נישט פאר איבה.
הלכות פין הרג'נן אין די תורה איז דא לרחצה, אנגעהויבען ביי די שבע אומות ביז עמלק ביז א מסור. עס ווערט א רעש דערפין ווען איינער ברענגט ארויס אז די הלכה פאדערט נאך היינט אזוי. וואס די הלכה איז אמאהל געוועהן אינטרעסירט נישט די אומות העולם.
דוגמא לדבר, די מוסלמענער, קיינער גייט נישט אהן אז עס שטייט אין קוראן אז מען דארף הרג'נן יעדעס איינער וואס גלייבט נישט אין מחמד, כל זמן די מוסלמענער האלטען נישט אז למעשה דארף מען עס היינט טוהן.
דברים של טעם, שפתים ישק.
לגופו של ענין, אנעים האט דא נישט אזוי שלעכט געזאגט (אויב איז אמת זיינע ווערטער להלכה). די נושא אצינד איז אויב אידן זענען מחיוב צו גרינדן אזא סארט ארגאניזאציע, דערויף זאגט אנעים אז אפילו מיר זענען היינט מחיוב צו ראטעווען א גוי משום איבה, דארף מען עס טאקע טון, אבער מען איז נישט מחיוב צו עפענען גאנצע ארגאניזאציעס דערפאר, נאר משום איבה (אלעס אין פאל אז אנעימ'ס ווערטער זענען אמת, און אין פאל אז איחוד'ס השערה איז ריכטיג).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:שוין די רשעות'דיגע מידיא האט אנטדעקט אייוועלט, אנשטאט זעהן איר שיינקייט אז די דינסטאג אשכול קען האבן פערציג טויזנט בלעטער און די אשכול איבער שושלת כענטשין באסטאן קען זיין ד' מאות פרסה גרויס, און אז סיי וועלכע אשכול עס רעדט וועגן א מענטש וואס לעבט, וועגן א רב, א עסקן, אדער פארשטייט זיך א גוי אדער פרוי, ווערט שנעל געמעקט, זעען זיי נאר די איינמאל ווען מען האט בטעות אריינגעבלאדזשעט אין א טאפיק ווי די זיסע טאטעלעך האבן זיך נישט געהאלטן אין די שטרענגע ראמען.
אנשטאט די מיליאנען אשכולות וואס איז היבש רעכטס פון די שווערס סעודה שמועס, קוקט מען אויף די איין גאר ליבעראלע אשכול.
אנשטאט זעהן די שיינקייט פון טריליאן אשכולות איבער נוסח המצבה פון סקרענטאן און פרענומערענטן פון בראנזוויל, אנשטאט זעהן די שיינקייט ווי מען באהאנדלט די מזל טוב סיין פון זאבילטוב (פארשטייט זיך מיט א שטרענגע צענזור מען זאל נישט קריטיקירן דעם ארטיסט, און בכלל נישט רעדן איבער זאבילטובער רבין אליין) מוז מען טרעפן די איינמאל וואס פחז עליהם יצרם און מען האט גערעדט איבער אזא חילונישע טאפיק ווי סיריע, קינדער, שיסערייען און הלכה'דיגע קאנטערוערסיע איבער פיינט האבן א גוי.
שעם אן יו טרייפענע מידיא!
תגובה אף די יעיר...
.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
א מורא'דיגע ר' שלמה זלמן אויערבאך: אין ספר ועלהו לא יבול ברענגט דער מחבר (איך שרייב פון זכרון) אז נאך א פסק פון ר' שלמה זלמן אויערבאך אז מ' מעג העלפן א גוי מיט דירעקציעס האט ער געפרעגט ר' שלמה זלמן'ן וואס איז מיט ולא תחנם האט ער געענטפערט "משום איבה" האט ער געפרעגט און וואס איז טאמער דער גוי באמערקט מיך נישט, איז דאך נישט שייך משום איבה, האט ר' שלמה זלמן געענטפערט, "איך ווייס נישט, מ' דארף זיין א מענטש"
אמת מארץ תצמח
- מאנדלבאום
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:שוין די רשעות'דיגע מידיא האט אנטדעקט אייוועלט, אנשטאט זעהן איר שיינקייט אז די דינסטאג אשכול קען האבן פערציג טויזנט בלעטער און די אשכול איבער שושלת כענטשין באסטאן קען זיין ד' מאות פרסה גרויס, און אז סיי וועלכע אשכול עס רעדט וועגן א מענטש וואס לעבט, וועגן א רב, א עסקן, אדער פארשטייט זיך א גוי אדער פרוי, ווערט שנעל געמעקט, זעען זיי נאר די איינמאל ווען מען האט בטעות אריינגעבלאדזשעט אין א טאפיק ווי די זיסע טאטעלעך האבן זיך נישט געהאלטן אין די שטרענגע ראמען.
אנשטאט די מיליאנען אשכולות וואס איז היבש רעכטס פון די שווערס סעודה שמועס, קוקט מען אויף די איין גאר ליבעראלע אשכול.
אנשטאט זעהן די שיינקייט פון טריליאן אשכולות איבער נוסח המצבה פון סקרענטאן און פרענומערענטן פון בראנזוויל, אנשטאט זעהן די שיינקייט ווי מען באהאנדלט די מזל טוב סיין פון זאבילטוב (פארשטייט זיך מיט א שטרענגע צענזור מען זאל נישט קריטיקירן דעם ארטיסט, און בכלל נישט רעדן איבער זאבילטובער רבין אליין) מוז מען טרעפן די איינמאל וואס פחז עליהם יצרם און מען האט גערעדט איבער אזא חילונישע טאפיק ווי סיריע, קינדער, שיסערייען און הלכה'דיגע קאנטערוערסיע איבער פיינט האבן א גוי.
שעם אן יו טרייפענע מידיא!
אויף א ציכטיג ווייס טישטעך זעהט זיך אן דאס מינדעסטע פלעק...
- מאנדלבאום
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 77
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 10:25 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
ב.ד.וו.
דער 'חכם' דמתקריא "אנעים" האט געטוהן אן עוולה, און א ריזן טיפשות, נישט בלויז נאר ווייל עס קען רינען צו נישט געוואונטשענע קוועלען און פאראורזאכן א חילול ה',
נאר פאר דעם אליינס, וואס שטעלט זיך אויף א 'מאן דאמר' און 'שיסט' הלכה פסקים און די האקלסטע ענינים וואס דעת תורה ווערט געזאגט מיט אחריות און זיכער נישט אין אזא ברבים צורה, ווי אזעלכע "תלמידי חכמים" ווי דער שרייבער וועלן נעמען דאס ווארט.
טוב עשו, די "אייוועלט" פארוואלטונג, וואס האבן ארויס געשליידערט די טיפשות'דיגע און מסוכן'דע דיבורים.
דער 'חכם' דמתקריא "אנעים" האט געטוהן אן עוולה, און א ריזן טיפשות, נישט בלויז נאר ווייל עס קען רינען צו נישט געוואונטשענע קוועלען און פאראורזאכן א חילול ה',
נאר פאר דעם אליינס, וואס שטעלט זיך אויף א 'מאן דאמר' און 'שיסט' הלכה פסקים און די האקלסטע ענינים וואס דעת תורה ווערט געזאגט מיט אחריות און זיכער נישט אין אזא ברבים צורה, ווי אזעלכע "תלמידי חכמים" ווי דער שרייבער וועלן נעמען דאס ווארט.
טוב עשו, די "אייוועלט" פארוואלטונג, וואס האבן ארויס געשליידערט די טיפשות'דיגע און מסוכן'דע דיבורים.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
מאנדלבאום האט געשריבן:ב.ד.וו.
דער 'חכם' דמתקריא "אנעים" האט געטוהן אן עוולה, און א ריזן טיפשות, פאר דעם אליינס, וואס שטעלט זיך אויף א 'מאן דאמר' און 'שיסט' הלכה פסקים און די האקלסטע ענינים וואס דעת תורה ווערט געזאגט מיט אחריות און זיכער נישט אין אזא ברבים צורה, ווי אזעלכע "תלמידי חכמים" ווי דער שרייבער וועלן נעמען דאס ווארט.
.
אי משום הא אליין, איז נישט געפערליך. דאס טוען דאך מענטשן דא אין שטיבל (און אין אנדערע פלעצער) מידי יום ביומו.