שנאת ע"ה לת"ח – נוסח אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל

שנאת ע"ה לת"ח – נוסח אייוועלט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ידידי ר' [tag]נאטירליך[/tag] האט צוגעצייכענט (און שנעל צוריקגעצויגען) צו א מאמר אין אייוועלט פון א נייעם ניק דאר 'אוהב שלום', וואס לדעתי האט אין דעם א געפערליכע גיפט, א גיפט וואס דרייט זיך אין פיהל פרומע מענטשענ'ס קעפ, און וויבאלד קיינער ענטפערט נישט אפ די סארט ארטיקלען, מאכט עס אזא רושם כאילו ס'איז נישט דא קיין תירוץ.

דער אוהב שלום איז מאריך אזוי לאנג ווי מתושלח'ס בארד, אבער אין א פאר ווערטער קען מען זאגען זיין טענה. ער רעדט צו א כולל יונגערמאן און ער טענה'ט אז וויבאלד אין תורה שטייט בזעת אפיך תאכל לחחם, טאר מען נישט זיין קיין כולל יונגערמאן. נאר איינער וואס לעבט א העכסט דערהויבענע לעבען פון אדם הראשון פאר'ן חטא מעג זיך נישט וויסענדיג מאכען פון דער קללה וואס איז געקומען צוליעב דעם חטא. טאמער אבער הערט ער אביסל קול מבשר מוצ"ש אין ביהכ"ס, און ער האט ליעב געוויסע מאכלים און ער שטייט נישט אויף גענוג פרי פארטאגס פאר די מיינונג פון אוהב שלום, איז ער נישט אויסגעהאלטען פאר'ן זיצען אין לערנען אגאנצע טאג אין כולל און נישט גייען ארבעטען.

איך וויל קודם דערמאנען א מעשה וואס איך האב אמאל געזען. ווען דער ערשטע באנד פון דער קצוה"ח איז ארויס ממכבש הדפוס, האט עס געמאכט א שטורעם אין דער עולם התורה. אלע האבען גערעדט פון דעם און נתפעל געווארען דערפון. הגאון ר' אפרים זלמן מרגליות זצ"ל האט מחליט געווען אפצושטאפען א באזוך ביי דעם נייע ליכט וואס האט ערשיינט אויף כלל ישראל. יעצט ווי באקאנט איז הגרא"ז געווען א גביר אדיר, מיט ריזיגע ביזנעסער אין גאנץ יוראפ על שמו. דער קצוה"ח האט דעמאלס געלעבט בדחקות גדול, אלס שטאט'ס רב אין א קליין שטעטעל רוזניאטוב אין גאליציא. ווען הגרא"ז האט איהם באזוכט, האבען זיי געשמועסט צוזאמען. אין מיט'ן האט דער קצוה"ח געגעבען א קרעכץ און געזאגט 'א בזיון התורה', קוקענדיג אויף זיין מצב. הגרא"ז האט געמיינט אז זיין כוונה איז געווען דער בזיון אז אזא איד ווי איהם דארף לעבען אין אזא מצב און ער האט זיך געוואונדערט אויף דער ישות פון די מימרא. דער קצוה"ח האט שנעל מסביר געווען זיין כוונה. "נארמאלעהייט, איז עס א בזין פאר אזא איד ווי אייך מיר צו קומען באזוכען. וואס הייסט? אזא עושר זאל זיך נידערען צו באזוכען אזא ארימאן?! נאר וואס? וויבאלד אונז זענען מיר ביידער לומדי תורה, האבען מיר א שייכות אהדדי און איהר האט זיך ערלויבט מיר צו קומען באזוכען. הייסט'ס דאס לערנען געמינערט אייער כבוד. דאס איז דער בזיון התורה"

ווען איינער זיצט און לערנט א גאנצע טאג, און צודערצו איז ער א פריינטליכע מענטש, ער האט א גוט ווארט פאר יעדעם, ער קען ליינען ווען מ'דארף א בעל קורא, ער קען דאווענען געשמאקפאר'ן עמוד אבער לויפט עס נישט נאך, ער קען זאגען א דרשה קארץ און שארף און צו דער זאך, אבער פאדערט נישט דער כיבוד, ער דארף נישט קיין געלט פון קיינעם און ער איז נישט צו באשעפטיגט זיך צו באטייליגען אין א משפחה שמחה צו חנוכה מסיבה, ער וואשט זיך טעגליך און קעמפט די בארד, ער שטייט אויף באצייטענס און העלפט זיין ווייב ווען זי דארף, זיין קינדער שיקט ער אין אלגעמיינע מוסדות נישט עליט, און זיי זענען אויך בדמותו כצלמו, איז עס לייכט זיך אנצורופען א מוקיר רבנן. א מענטש גיבט איהם דרך ארץ און ער קוקט ארויף צו איהם און ער זאגט זיין קינדער איהם צו שעצען, אבער נישט צוליעב זיין ת"ח'שאפט. ווען ער איז א ת"ח, זענען אלע מעלות געשמאקער, אבער די זייטיגע מענטשליכע מעלות זענען בעיקר ווס ציען איהם.

ווען זעט זיך קלאר דער כבוד התורה? ווען א ת"ח טוט עפעס וואס געפעלט מיר נישט. ווען איינער וואס זיצט און לערט און איז אבער נישט אינגאנצען אויסגע'ארבעט דער מדות, צו ער האט נישט דער נאטורליכע חן פון א צווייטען, און פון דעסטוועגען איז מען איהם מכבד. מ'זעט דער עיקר פאר אן עיקר און דער טפל פאר א טפל. אוודאי ווען ער טוט אן עוולה איז עס א פעלער, אבער ט'דען קען מען אפפרעגען דער גאנצע מענטש דערפאר? דער גמרא אין מו"ק יז. זאגט אונז תלמיד חכם שסרח אין מנדין אותו בפרהסיא שנאמר וכשלת היום וכשל גם נביא עמך לילה כסהו כלילה, א ת"ח וואס האט געטוהן אן עוולה, דארף מען נאך אלס מכבד זיין. דאס איז צוליעב דעם אז דער עיקר וואס מ'דארף זע'ען אויף דער מענטש איז דאס וואס ער איז א מרכבה לשכינה, ער איז איינער וואס קען דער אויבישטער'ס תורה, און די אנדערע זאכען זענען זייטיג.

אוודאי וועט דער מגושמ'דיגע קאפ דאס נישט קענען באגריפען אינגאנצען. א מגושם זעט בעיקר גשמיות, און טאמער דער ת"ח האט עפעס א פעלער אין זיין גשמיות, קוקט אן דער בעל הגשמיות ווי א מחוסר. דער ארבעט פון א איד איז צו דערהויבען זיין בליק אויף א רוחניות'דיגע, וואס דעמאלס וועט ער זע'ען דער עיקר מעלה פון א ת"ח און לייכט קענען פארגעבען א זינד אדער צוויי.
ווען איינער האט א שלעכטע בליק אויף תלמידי חכמים, זעט ער בעיקר די חסרונות זייערע. ער האט נישט קיין פראבלעם אז דער רבי ר' איך ווייס ווער זצוקללה"ה איז געזעסען און געלערנט און געדינט דער באשעפער א גאנצע טאג, ווייל ער איז דאך א העלד אין אנדערע זאכען אויך. ווען אבער איינער הערט אויס קול מבשר אין ביהכ"ס און ער לערנט א גאנצע טאג, איז ער גרייט צו געבען מוסר, אבער נישט אויף די הערען קול מבשר, נאר אויף די לערנען זיינער! ער זעט א פעלער און פלוצלונג איז זיין לערנען ווערטלאז, זיין עבודה גארנישט, די אלע מדרגות זיינער זענען אינדערערד, וויבאלד אין איין זאך איז ער נאך נישט אויסגע'ארבעט אלס א צדיק.

ווען מ'גייט אריין אין סיי וועלכע ביהמ"ד פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד, זעט מען ערשט א קאווע שטיבעל, צו דער אריינגאנג צום בנין, און געווענדליך בשעת הסדרים דרייען זיך דארט א קבוצה יונגעלייט. אין יעדער בנין וואלט איך געזאגט ס'איז דא צווישען צען און צוואנציג מענטעשן דארט. אפשר אינדערויסען וועסטו זען נאך צען אויפ'ן טלפון צו רייכערין פאפיראסען. איינער מיט א שלעכטע אויג, משפט גלייך אפ די בני תורה ערשיינונג אלס א באנדע ליידיגייער'ס וואס זיצען אין קאוועשטיבלעך א גאנצע טאג. דאס אז אין ביהמ"ד אינעווייניג זיצען אין די צייט אכט צו ניין הונדרעט אדער מער יונגעלייט און פלאגען אין לערנען איז שוין נישט אינטרעסאנט צו דער פארשוין, ווייל ער זעט נאר שלעכטס. (דיסקלעימער: איך לערן שוין נישט אין ב.מ.ג. מער ווי צען יאר, איך בין נישט איינגעשטעלט דארט און איך האב גאנץ ווייניג צוטוהן מיט זיי). דאס טרעפען שלעכט'ס אין א הייליגע פלאץ איז געווענדליך א תוצאה פון נישט שעצען דער הייליגקייט.

דער אוהב שלום האט ממציא געווען א נייעם מצוה, וואס הייסט אויספאלגען די קללה פון אדם וחוה, און לויט זיין פארשטאנד איז דער לעבען אין ג"ע פונקט ווי א כולל יונגערמאנ'ס לעבען, און דעריבער מוז מען זיך זוכען וואס מער קללה. צער הריון, צער לידה און צער גידול בנים איז ער מקפיד אויף וואס שווערע, און נח האט גאר געזינדיגט דורכ'ן זיין דער מנחם מעצבון לבנו. א מצוה אויסגעזויגען פון פינגער כדי אויסצופיהרען אז דער כולל יונגערמאן וואס שטימט נישט טויזענט פערצענט איז גאר א זינדיגער!

דאס איז שנאת התורה כפשוטו, מיט נאך א שלייער פון פרומקייט\ע"ה (היינו הך).

ס'איז דא אבער א טיפערע פראבלעם, וואס מ'עט לאזען אויף מארגען בל"נ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר