אייוועלט: וואס איז זייער היתר?

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

אייוועלט: וואס איז זייער היתר?

שליחה דורך חתם סופר »

איך האב מיך נעכטן אנגעטראפען אין א אלטע אשכול אין אייוועלט מיט די כותרת "וואס איז מיין היתר". בעיסיקלי א אייוועלט'יסט האט געכאפט א הירהור תשובה אז ער פארברענגט די צייט אויף די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה און ער פרעגט די עולם דארטען וואס איז די היתר.

ס'איז ממש צו לאכן ווי די זעלבע מענטשן וואס אייביג זענען זיי די פרומסטע אידן און רייסן אראפ יעדער וואס איז האלט א טראפ אנדערש פון זיי ווערן מורא'דיג אומבאקוועם ווען זיי דארפען זיך אליין אנאליזירן און צו ס'איז מאכט סענס פאר זיי צו זיין אויף די אינטערנעט ווען זיי שטעלן זיך פאר ווי אזעלעכע פרומע אידן ואוס פאלגן אלע רבנים. נישט מער און נישט ווייניגער זיי באשולדיגן די איד וואס האט אויפגעברענגט די שאלה אז ער איז א קאווע שטיבל טראל.... מ'קען קיינמאל נישט וויסן, אבער ס'זעהט בכלל נישט אזוי אויס, און ס'זעהט זייער שטארק אויס אז ער מיינט עס ערענסט. און בכל אופן פרעגט ער דאך גוטע קשיות.

די בעסטע היתר וואס זיי קומען אויף מיט איז אז "אויסליפטערן" איז לצורך פרנסה.... כ'רעד שוין נישט פון דעם אז די גרעסטע (און ריכטיגסטע) טענה קעגן אינטערנעט איז אז ס'איז צייט פארברענגעריי וואס שטערט פרנסה.

אבער ווי אזוי טאקע פארענטפערן זיי עס. אז די האלטסט פאר א אייוועלט שרייבער וואס שטעלט זיך פאר ווי איינער וואס פאלגט אייביג רבנים, ווי אזוי קען ער פארברענגען אויף די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, וואס איז זייער היתר?

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר