פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

א פלאגיאט סקאנדאל ווערט אצינד אויפגעדעקט איבער די שפארעס פון איי וועלט, בשעת די איי וועלט מיטגלידער שטעקן אריין די קאפ אין זאמד און ווילן נישט מודה זיין אין די עולה וואס איז באגאנגען געווארן דורך איינע פון זייערע שרייבער.

צו זען דער פולער באשרייבונג, מיט די גערידער ארום, ליינט דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=14887

מיט צוויי יאר צוריק, האט א ניק מיטן נאמען לעמעלע אראפגעשריבן עטליכע תגובות איבער די היסטאריע פון עזרא-הסופר'ס ספר תורה, מיט נאך פארשידענע זאכן ארום אלטע ספרי תורה, מאכנדיג דעם רושם אלס ידען אין די ענינים. דער עולם דארט אויפן ארט האט אים קאמפלעמענטירט און אים געשריבן דברי חיזוק, אויסרימענדיג פאר זיין ידענות.

עס האט נישט גענומען לאנג ביז איינער האט זיך געיאוועט און געמאכט פון זיין ארטיקל א פי-די-עף, צושרייבנדיג העכערן קעפל 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט', ווי אויך איז אויף יעדע זייט פון די זיבן בלעטער פון די ארטיקל, אויפגעשריבן געווארן פון אונטן די אויבנדערמאנטע ווערטער 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט'. (די פי-די-עף איז בייגעלייגט דא, צום סוף פון אונזער באשרייבונג).

עס איז אריבער צוויי יאר, והנה - נתגלה העטרה - ווי עס ווייזט זיך אויף איז די ארטיקל גענומען געווארן ווארט ביי ווארט פון יפה בעתו, ארויסגעגעבן דורך ר' פרץ ביללער. די קונטריסים פון יפה בעתו ווערט נאך פארקויפט ביזן היינטיגן טאג פון וואס ר' פרץ ביללער לעבט היינט. אבער לאז שוין אפ גניבה - פשוט דער פאקט אז א מענטש שטעלט ארויף יענעמ'ס סחורה, נעמענדיג די קרעדיט פאר זיך, איז גענוג עולה פאר זיך.

אבער די שענסטע פון אלעמען איז, אז די באקאנטע אייוועלט שרייבער נעמען זיך גאר אן פאר זייער חבר און פארטיידיגן אים פאר יעדן פרייז, מינימיזירנדיג אדער גענצליך לייקענענדיג די עולה, איז גאר אויפפאלנד און לאזט זיך דעבאטירן.

אויב איז די מעשה ביז אהער שיין פאר זיך, קומט אצינד דער סטראבערי אין שפיץ. די מענטשן וואס איז זיי נוגע די גניבה, האבן געשיקט א פערזענליכע בריוול פאר עטליכע פון די הנהלה פון אייוועלט, אז זיי זאלן אראפנעמען דעם ארטיקל מיטן פי-די-עף, וויבאלד זיי זענען יורד דערמיט לחיי חברם און עס שטערט פאר די ריכטיגע בעלי-בתים. טייל פון זיי האבן זיך בכלל נישט צוטון געמאכט פונעם בריוו און נישט געענטפערט דערויף, בשעת אנדערע האבן יא געענטפערט מיט בלינדע תירוצים. אצינד זענען עטליכע פון זייערע תירוצים: זיי זענען נישט מחיוב אראפצונעמען דעם ארטיקל; יעדער איינער קען שרייבן אויף אייוועלט וואס מען וויל; זיי זענען נישט זיכער צו ר' פרץ אליין האט דאס נישט גע'גנב'עט פון אן אלטן ביכל (כלומר'שט, אז דערפאר מעגן זיי דאס ווייטער שרייבן און עס איז נישט גניבה); און... לאכט נישט... די שענסטע תירוץ פון אלע איז געווען אז, זיי זענען נישט אחראי אויף די באשרייבונגען פון די שרייבער (ביז עס קומט צו מעקן וועמען זיי געפעלט).

האט איר אצינד א שיינע מעשה.

פאלגענד איז די ארטיקל וואס איז בשעתו ארויפגעשטעלט געווארן אויף אייוועלט, צוגעשריבן אן קיין שום בושה 'דורך: לעמעלע ב'אייוועלט'.
(ארטיקל אראפגענומען געווארן לאחר הערת חברינו, אז עס איז נישט יושר צו ברענגען אונטער די פאלשע קרעדיט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר