יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4713 מאל

יא ס'איז א פאקט! "קרעמער" פארלאזט אייוועלט

שליחה דורך יידל »

יא ס'איז א פאקט! נאכן גרינדען אייוועלט און איר באגלייטען כמעט זעקס יאר, שרייבענדיג א קיימא לן פון 28239 תגובות (און די נייע אייוועלט סייט), 13.14 הודעות פער טאג אָן עווערידזש, האט קרעמער זיך געגעבן א הייב אויף, און אפגעפיצט. ס'איז געווען קודם אן אשכול, ווי קרעמער האט מרמז געווען אז ער גייט פארלאזן די אינטערנעט. דערנאך איז געקומען א טוויט ווי קרעמער האט געשריבן

קרעמער אויף טוויטער האט געשריבן:אין ליכט פון "כינוס כלל ישראל" איז מעגליך אז איך וועל גענצליך אויפגעבן דעם אינטערנעט. קיין אפריל דער ערשטער וויץ. ערנסטע געשעפטן. השם יעזור.


דערנאך איז זיין טוויטער קאנטע אויך אויסגעמעקט געווארן. פארשוואונדען וואו אין וואסער אריין, מיט אירע הונדערטע טוויטס. היינט האב איך שוין געזען אן אשכול אין אייוועלט ווי קרעמער ווערט באוויינט און מוספד. די אחראים און מנהלים פון אייוועלט האבן דערווייל אנגענומען א שטילשווייגעניש איבערן גאנצן מעשה, אבער איך גלייב אז גאר בקרוב גייט מען אדער הערן פון קרעמער אז ער שפירט זיך פשוט נישט אזוי אמבעסטען, אדער אז ער געזעגנט זיך פון אייוועלט בדמעות שליש.

וואס זאגט דאס פאָר פאַר אייוועלט? זייענדיג דער גרעסטער שרייבער אין אייוועלט, וועט זיין פארלוסט שטארק געשפירט ווערן. ווי זאגט יענער? "אייוועלט איז אויס וועלט". אנדערע זאגן אז דאס וועט בכלל נישט שאטן, אייוועלט פארט שוין היינט צו טאגס אויף די אייגענע רעלסן, ס'דארף נישט קיינעם'ס הילף. וואס איז דער אמת? ימים ידברו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר