איך בין א "אייוועלט איד"

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך בעל מדות »

אויף אייוועלט איך שרייב
חלילה מיטיילן פאר מיין ווייב
צום עקספערט זי וועט לויפן
מפטיר יונה זיך איינקויפן

צו אייוועלט איך געהער
איך בין געסעטלט איך קלער
איך דריי זיך מיט א געפיל
איך ווער רעספעקטירט אין שול

צו אייוועלט איך באלאנג
איך פרוביר שטייגן אין ראנג
ווערן הויעך צווישן די אחראים
מיט די צייט קענען מעקן אלע פראים

אייוועלט איז מיין קרייז
מיין ניק איז "אייער-שפייז"
איך שרייב די וועטער
ווי איך הער פון מיין פעטער

איך פארמער מיינע תגובות
מיט תורות פון שאלעשידעס
צו גרוסן דריי מאל טעגליך
דאן פייערן תגובות פארמעגליך

אין גראמען כ'בין א סעלעב
פון די בעסטע אויפן געוועב
אלץ וויסנשאפטלער מיר מען האלט
אין רוחניות, א הויעך געשטאלט

אין טון חסד איך בין אנערקענט
גרינע איך טייל און ספענדט
מען שעצט מיר זייער ערליך
איך בין א מחמיר געפערליך

אויף אייוועלט איך לעב
ווי א מאגנאט איך קלעב
איבערשרייבן ספרים
מוחה זיין אויף גראבן קברים

מיט א לשם יחוד און גארטל
מיט א משומר קארטל
צופלאטשקען די פאות, די הוט אנטון
לאמיר מוחה זיין, דא יעדן נאכטון

ווי די אקסידזשען אויפן פלאץ דא
עגבערן, און מחאות, בכל עת ושעה
זיך דערטרענקען אין פיש-זאפט
ווי די קאר גאז, צום מענטש נאפט

משפיע זיין עצבות און קלאג
לזכר חורבן בית המקדש יעדן טאג
ווער קען בעסער ארימטרוילן
ווייזן די וועלט די טייטש פון פארגרוילן

אויף אייוועלט איך געב אנאליזן
אין רוחניות שארפע שפיזן
ווער איז נישט לויט מיינע סטאנדארטן
צו מאכן געלט זאל ער ווארטן

איך בין א אייוועלט שטיצער
ביי מיין טאטן אן אויסניצער
זיין קאמפיוטער גרין און געל
זען מכלומרשט ביזנעס אימעיל

אייוועלט איך בין אנערקענט
ברעכן נייעס, באשמירן די ווענט
א פרישע אשכול שנעל פאבריצירט
אז קאשוי שול אין מאנסי רענאווירט

ברעכן נייעס אין אייוועלט איך טוה
די יונגערע ניקים נישט לאזן צורוה
א שר האלפיים אט איך ווער
טעגליך גוט מארגן תגובות כ'פארמער

פון גילוי איך צצצציייטער
אויב אויסגעפונען מיין מוטער
זי וועט טוישן נאמען לעגאל
מיר איינבינדן אין שטאל

מיט אנעים זמירות בין איך נאנט
אין געשעפט נישט ווערן אייגעמאנט
קיין לאנדאן כאף צו פארן
צאלן געלט, זיך איינשפארן

אדאנק עטליכע ניקים
מיט ספעלן געהאלפן אזוי סך
איך ווייס אז עס גראמט שוין נישט
אבער אויף אייוועלט קען אזאנס אויך מיטגיין
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 110 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר