קאווע שטיבל מעגעזין

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:05 am

פיקאסא האט געשריבן:כת ששי מדמיינת: דער כת גייט אויך בדעה אז ס'זאל זיין א שיינעם מעגעזין, אבער נישט סתם א מעגעזין נאר אן עכטע מעגעזין. דהייני מ'וועט נישט אריין לייגען די קאנטרעווירשעל ארטילעך, נאר קלויבען אזאנע ארטיקלעך וואס פארט מיט מיט די מעינסטרים אולטרא ארטדאקס יודעלעך, כדאי שלא לבייש את מי שאין לו שכל ושלא להרגיז את הרבנים ח"ו.

:like :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך שש משזר » דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:08 am

פיקאסא האט געשריבן:כת שלישי מדברת: בערך אזוי ווי כת שניה, נאר נישט אזוי עקסטרים. זיי האלטען אז ס'קען האבן ביז 12 בלעטער לדוגמא. ס'מוז נישט אריינפיטען אין פאקעט, ס'גענוג אויב ס'גייט אריין אין טלית בייטעל אויך.. מ'דארף זיך נישט נארן, עס איז שווער פאר יעדן ארויסצודרוקן א סאך זייטן, און גאר א סך זענען מחליט ליבערשט צו געבן א שנעלן מיש דורך דעם פי-די-עף אויפ'ן קאמפיוטער, און דרוקן עס קיינמאל נישט ארויס. אנדערש איז אבער ווען עס איז בלויז געציילטע זייטן, אנגעפאקט מיט חומר, וועלן פיל מער מענטשן נעמען די מי ארויסצודרוקן.

פיקאסא האט געשריבן:כת רביעי טוענת: מ'זאל ארויסגעבען א געהעריגע אויסגאבע א שטייגער ווי פה-סח. ווייל די חומר וואס איז דא און שטיבעל ליינט זיך פשוט אסאך שענער ווען ס'איז ארום גענומען מיט בילדער און ווען ס'איז און שיינעם לעיאוט. ס'איז נישט מער ווי יושר פאר די טאלאנטפולער שרייבערס אז זייער ווערק זאל זיין מלא חיות אין פיל מער ליינבאר. ווי אויך האלט זיך עס למשמרת. דאז טוהט הייבן די אימעדזש פון קאווע שטיבל. מ'קען עס דאונלאודען אויפן קאמפיוטער מיט יישוב הדעת. אדער גאר ארויספרינטן אויב מעגליך ביי זיך אדער אין געשעפט. מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט עפ"י רוב זיין פלעין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס. בקיצור א פה-סח סטייל חודש'לעך נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.

איך זע נישט פארוואס מ'קען נישט יוצא זיין ידי שניהם, ווי איך האב געשריבן סוף פון מיין לעצטע לאנגע תגובה [נומער 7], אז מ'קען עס ארויסגעבן וועכנטליך אנשטאט חודש'ליך, און אזוי ארום וועט מען קענען אריינלייגן מער חומר וועכנטליך, און אעפ"כ וועט עס נישט זיין א גאנצע קונטרס, נאר 10 בלעטער לערך.

וואס זאגסטו צו אזא געדאנק?
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך פיקאסא » דאנערשטאג מאי 26, 2016 5:24 am

גאנץ א פיינע איידיע @שש, אבער צוויי פראבלעמען האט עס לכאורה.
איינס, דעס וועט בפשטות נאר ארבעטען אויב מ'פראדאציט פרישע סחורה ספיציעל לכבוד דעם אויסגאבע, כ'גלייב נישט אז ס'דא א יעדער איינציגסטע וואך גענוג גוטע חומר אנצופילען א 10 בלעטער. במשך א חודש צייט איז יא דא חומר.
והשנית, איך קען מיך נישט אונטערנעמן דעם פראדזשעקט א יעדער וואך. זייענדיג אין עולם הגרפיקה האב אויך שוין ב"ה דעדליינס די והותר. היינט איז די דעדליין פאר וויקלי לינקס, מארגן פאר שאפערס ריוט . היינט פאר המודיע איבער מארגן פאר דער איד. ס'איז ב"ה א ביזי מארקעט און איז מלא לחץ זו הדחק, און ס'פשוט נישט דא גענוג צייט און דער טאג (ליין ביינאכט ) צו נאכקומען די פארלאנג. ס'קומט באלד די ביזי סיזענס, ימים טובים, סעילס, מזל טוב'ס וכו' און ס'נישט דא קיין איין איבעריגע מינוט. אשר על כן איז נישט במציאות פאר מיר עכ"פ, צו האבן נאך א פרישע דעדליין אויפן קאפ. סיידן אויב ס'דא דא נאך דיזיינערס וואס וועלן משתף פעולה זיין. אויב ס'קומט ארויס איינמאל פער חודש, קען איך עס האפענטליך מאכן מיטן טרעפן עטליכע ליידיגע רגעים, זעיר פה וזעיר שם, עד שמצטרפים למעגעזין שלימה.

הכותב וחותם מתוך הוקרה
ידידך עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 8:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך פיקאסא » זונטאג מאי 29, 2016 5:51 am

שמעו נא רבותי חברים וכותבים מומחים

די פלאן פון אונזערע אויסגאבע איז נישט איינגעשלאפן, ס'גייט אן פול פורס אונטער די קוליסען. מ'איז בקשר מיט די גרויסע לייבן צו זיכער מאכן אז די קרוין פון די שטיבל זאל טאקע זיין א כתר של קיימא בעזרת השי"ת.

איך אפעליר דא צום ברייטן עולם, ווער עס קען נאך צולייגן א האנט צו די גרעפיקס, הגהה אדער מיטן סיי וואס זאל זיך אנרופן ברבים אדער אין אישי, ובכח הרבים וועלען מיר מצליח זיין.

ווי אויך קען איך באשטיין צו הערן הצעות פאר די נאמען פון די אויסגאבע, ווער עס האט א גוטע בייפאל איז מכובד מיט די מייק.

יישר כח גדול
ידידכם עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 8:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג מאי 29, 2016 12:00 pm

איך טראכט אז מען זאל מקדיש זיין א פאר זייטן פאר רעקלאמען, איך קען דא און שטיבל אפאר יודן וואס האבן שיינע ביזנעסער, זאל מען שוין מאכן דעם אויסגאבע לשם ולתפארת עד הסוף,
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מאי 29, 2016 12:04 pm

ווען נישט די גילוי פראבלעם.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג מאי 29, 2016 12:15 pm

פארשטייט זיך אז איך רעד אויב מענעמט אן כת ו' וואס איך האב געשטימט פאר, דהיינו אויב קומט ארויס א נארמאלע שיינע מעגאזין מיט הערליכע ארטיקלן, פארוואס זאל זיין א פראבלעם צו אדווערטייזן דארט? אבער אז מען גייט אריינלייגן דעבאטעס צו דער אר"י הקדוש איז טאקע געווען אזוי הייליג צו אנדערע הוגה סטייל ארטיקלעך וואלט איך אויך נישט אדווערטייזט דארט.

נ.ב. איך גלייך זייער הוג'ס ארטיקלעך, אבער געוויסע פון זיינע ארטיקלעך וואלט איך נישט מציע געווען צו ארויסגעבן אין פאבליק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך סמבטיון אום זונטאג מאי 29, 2016 12:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג מאי 29, 2016 12:17 pm

ס'מאכט נישט קיין גרויסע חילוק. ביידע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף קאווע

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3083
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2670 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 29, 2016 5:36 pm

געוואלדיג האט געשריבן:ווען נישט די גילוי פראבלעם.

עס גייט דען שטיין אז 'בערני סענדערס עדוואקעסי גראפ' איז שבת אחים?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7311 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג מאי 29, 2016 10:00 pm

אין פרייליכע נייעס קען איך דא מעלדן, אז די פראיעקט פונעם גליון רוקט זיך פאראויס, מיט די הילף פון אפאר חברים וואס שטייען צוהילף פאר @פיקאסא שיחיה.

פרטים וועלן אי"ה בקרוב נאכפאלגן אין א באזונדערע אשכול.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

הודעהדורך סמבטיון » זונטאג מאי 29, 2016 10:49 pm

דאס האט דאך שוין פיקאסא געזאגט. עני דיטעילס ??
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 859 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג מאי 29, 2016 11:55 pm

באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15365 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 7:37 am

סמבטיון האט געשריבן:דאס האט דאך שוין פיקאסא געזאגט. עני דיטעילס ??

ווען איך זאג עפעס מיינט עס נישט קיין סאך... ווידער אז @שש זאגט עס איז א פרישע ידיעה אז עפעס גאר גוט קומט צו גיין..
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 8:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך א איד » מאנטאג מאי 30, 2016 5:24 pm

איך האב איין שאלה נאר
מען האט דא געמאכט א כמו אנקעטע, וויאזוי די מאגאזין/דזשורנאל זאל זיין, מיט זעקס אפציעס, לויט די לייקס לעת עתה האט אפציע 2 און 3 די מערסטע לייקס.
ווען האט זיך געטוישט די מהלך פונעם מאגאזין/דזשורנאל?
עס איז בכלל נישט לויט קיין איינער פון די מהלכים?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 12:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 775 מאל

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג מאי 30, 2016 6:20 pm

א איד האט געשריבן:איך האב איין שאלה נאר
מען האט דא געמאכט א כמו אנקעטע, וויאזוי די מאגאזין/דזשורנאל זאל זיין, מיט זעקס אפציעס, לויט די לייקס לעת עתה האט אפציע 2 און 3 די מערסטע לייקס.
ווען האט זיך געטוישט די מהלך פונעם מאגאזין/דזשורנאל?
עס איז בכלל נישט לויט קיין איינער פון די מהלכים?



דא האט איהר די תגובה וואס כ'האב געשריבן פאריגע וואך ביי מיר, און פארגעסן צו פאוסטען:

שלום וברכה לכל אנשי שלומינו חברי ק"ק קאווע שטיבל הע"י

קודם א יישר כח פאר די אלע וואס האבן אפגעגעבן זייער שטומע. ווי עס קוקט אויס גייט די עולם דא מער פאר די פשוטע גיליון וואס זאל ערהאלטן 4 אדער 12 זייטן מדי שבת בשבתו. איך האב שטארק מיטלייד אז איך קען נישט צופרידען שטעלען דעם עולם מיט אזא פלאן מחמת כמה סיבות, והעיקר אז איך האב נישט קיין צייט זיך אונטערצונעמען אזא עול א יעדע וואך, ס'איז פשוט נישט במציאות ב"ה. אשר על כן נפשי בשאלתי, אז ווער עס קען זיך יא אונטערנעמען אזא ארבעט זאל עס טוהן בחפץ לב, ויצליח ה' את דרכו.

פארט זעה איך דא אז די עולם איז יא אינטערסירט און עפעס אן אויסגאבע, פארשטייט זיך אז יעדע יחיד האט זיך זיין אייגענע מיינונג ווי אזוי עס וואלט געקענט זיין בפרטיות, ווי אויבן דערמאנט, אבער בכלליות וויל דער עולם יא האבן א שיינעם אויסגאבע וואס וועט אי"ה הייבן די פרעסטידזש פון אונזער שטיבל און שטופן די שרייבערס צו שרייבן מער אפט. ובכן נאכן באקומען שטיצע ברבים ובאישי, וועל איך בלי נדר ווייטער ארבעטען אויף מיין ארידזשינעל פלאן, צו בעיסיקעלי צאמנעמען די גוטע ארטיקלען וואס זאמעלסט זיך אהן במשך'ן חודש, און אריינבלאזען דערין א חיות דגרעפיקס, לשם ולתפארת, וליהנות מהם בני אדם.

איך בין זיכער אז די עולם דא וועט הנאה האבן דערפון בס"ד, און איך האף און איך בעהט אז די אלע חברי השטיבעל וועלן מיר שטיין צו די רעכטע האנט מיט וואס אימער זיי קענען.


עד כאן וואס כ'האב דעמאלס געשריבן. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז די חברים דא האבן זיך אנגערופן אסאך מער ווארעם ווי כ'האב מיר געראכטן, ובראשם ידי"נ @שש משזר הי"ו, און האבן גאר מוסיף נופך געווען מיט נייע ארטיקלען און אלטע גנוזים אויך, ווי באריכטעט אין דעם אשכול באריכות.

וחפץ ה' בידינו יצליח.

ידידך עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 8:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 661 מאל

Re: קאווע שטיבל מעגעזין

הודעהדורך גראף » דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 2:27 pm

https://www.tabletmag.com/jewish-arts-a ... s-thriving

בילד

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 704
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 3:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 387 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט