"קנקן" - נייע אידישע מאגאזין פאר היסטאריע

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך בת קול » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 2:14 am

איך האב דורך געליינט א גרויס חלק דעם שבת און כ'בין געווען היבש סערפרייזט ווי גרינג ס'איז געווען צו ליינען.
פאר וועלכע יארגאנג איז דאס געווידמעט? ס'איז אביסל העכער ווי קינדליין לעוועל, אבער זייער נידריג אין א פראפעסיאנאלע שרייבערישע דרגה.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 543
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

הודעהדורך בן ישי » מוצ"ש נאוועמבער 03, 2018 11:14 pm

קנקן ב' וועט בעזה"ש זיין צובאקומען אין די געשעפטן ראש חודש כסלו
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20181103_231250_381.jpg
IMG_20181103_231255_362.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1502
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג נאוועמבער 04, 2018 9:48 pm

איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך גבר ישראל » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:24 am

עפעס נייעס מיט קן ג?
גבר ישראל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג יאנואר 20, 2019 9:29 pm

קן ג'
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20190120_202858_844.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1502
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך בן ישי » זונטאג מערץ 17, 2019 12:34 pm

בע״ה, אדר תניינא שנת ת׳הא ש׳נת ע׳פענען ט׳אשן לפ״ק



שלום לכם חבירים וידידים הע״י



האמת יאמר, פערזענליך בין נישט אזוי איינשטימיג מיט׳ן נייע גלאבאלע ערשיינונג באקאנט אלס ׳מעטשינג קאמפעין׳.

אבער! חז״ל האבן אונז אויסגעלערנט גאר א וויכטיגע פונקט ׳רבו עלי חבירי׳! מיר געפונען ווי די הייליגע תנאים, וועלכע האבן געהאט א מיינונג אין א געוויסע נושא אויף וועלכע מיר ווייסן אז עס גילטיגט דאס כלל פון ׳אלו ואלו דברי אלקים חיים׳ - דאך, ווען עס האט אויסגעפעהלט האבן זיי פארשטאנען אז צומאל דארף מען מבטל זיין דאס אייגענע דעת פאר די חבירים.

מיינע חבירים האלטן אין אט דעם נושא אנדערש פון מיר.

כ׳האב די פולע רעכט זיך ארויסצודרייען פונ׳ם קאמפיין, כ׳וועל צאלן פון מיין אייגענע טאש דאס מינימאלע התחייבות, אזויווי מען האט געטוען עד היום, אין זיך צו האלטן פעסט צו מיין פרינציפ.

אבער, קוקנדיג צוריק צו אונזערע הייליגע חכמים, האב איך געקלערט, צומאל דארף מען לייגן די אייגענע מיינונגען און די אייגענע פרינציפן און א זייט, און זיך צושטעלן צו דעם רבים. דעריבער בין איך דאסמאל גענצליך מבטל מיין מיינונג צו מיינע חברים, און איך כ׳האב מיר אנגעשלאסן אנטייל צו נעמען אין אט דעם קאמפיין.



די קאמפיין דא האנדלט זיך פון אפקויפן א נייע גרויסע געביידע פאר מיין טאכטער׳ס שולע - בנות ציון, דאהי אין לאנדאן, פאר וועלכע מען דארף שאפן 5 מיליאן פונט.



מיין ציל, איז צו אריינצוברענגען וואס מער געלט צו דעם פראיעקט.

איר זענט אימיצער וואס איך קען, כ׳האב געהאט א שייכות מיט אייך, ס׳איז שטארק מסתבר אז אין די לויף פון די יארן האט איר נהנה געווען פון מיר פערזענליך, אדער…

- פון מיינע ארטיקלען אין שערי ציון.

- פון מיינע געשיכטעליין ארטיקלען.

- פון די פראקטישע הקפה׳לעך.

- פון kolbobov.com.

- פון אנדערע גלעגנהייטן וואס מוזן נישט דא אויסגערעכנט ווערן.



ביז היינט, און בע״ה פון היינט און ווייטער אויך, ווען האט זיך פארבינדען מיט מיר און ערווארטעט אז כ׳זאל אוועקגעבן פון מיין צייט פאר אייך, האב איך עס גערן געטוען, שלא על מנת לקבל פרס.



דורכגייענדיג מיין ליסטע, האב איך געקלערט אז איר זענט זיכער איינער וואס איז גרייט ארויסצואווייזן אנערקענונג מיט׳ן פארגיטיגן מיר צו העלפן דערגרייכן דעם ציל.



ביטע נעמט אין אכט, און כ׳בעהט בכל לשון של בקשה, געבט אייערע ברייטהארציגע ביישטייערונג, מיט א ברייטע הארץ, מיט א וויליגקייט צו געבן פאר אט דעם צוועק, טוט עס נישט געצוואונגערנערהייט!

קלערט נישט אז כ׳קום נישט דא איינקעשן, חס ושלום! ס׳איז אן ענין פון ׳כמים פנים אל פנים׳… ״איר פארשטייט ואס איך מיין!״



מיט פיל שעצונג און ערע

יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט

משורר דק״ק באבוב לונדון יצ״ו

בעל ה׳קנקן׳



נ.ב. אויב קענט איר אימיצער וואס וואלט אויך געוואלט באשטייערן פאר אט די צוועק, ביטע שיקט ווייטער דאס אדרעס פונ׳ם דאזיגן זייטל.

www.charidy.com/bzb/75473
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1502
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » זונטאג מערץ 17, 2019 2:50 pm

בן ישי האט געשריבן: איר זענט אימיצער וואס איך קען, כ׳האב געהאט א שייכות מיט אייך, ס׳איז שטארק מסתבר אז אין די לויף פון די יארן האט איר נהנה געווען פון מיר פערזענליך, אדער…
ביז היינט, און בע״ה פון היינט און ווייטער אויך, ווען האט זיך פארבינדען מיט מיר און ערווארטעט אז כ׳זאל אוועקגעבן פון מיין צייט פאר אייך, האב איך עס גערן געטוען, שלא על מנת לקבל פרס.
טאקע? נישט צום גלויבן! זייער א שיינע זאך אז איר זענט מקדיש צייט. איר זענעט אלעמאל זייער פארנומען?...

קלערט נישט אז כ׳קום נישט דא איינקעשן, חס ושלום! ס׳איז אן ענין פון ׳כמים פנים אל פנים׳… ״איר פארשטייט ואס איך מיין!״ וואס מיינט איר פינקטליך?

יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
משורר דק״ק באבוב לונדון יצ״ו
שוין טאקע לאנג נייגעריג צי איר האט דעם זינגען פאך אויכעט...
בעל ה׳קנקן׳
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג יאנואר 07, 2020 10:48 am

קנקן האט געמאלדן די ביטערע נייעס:

די אויסגאבע קנקן אויף יודיש, איז צוליב כמה סיבות אפגעשטעלט.
קנקן ענגליש גייט ווייטער אן, מיט א פלאן פאר קנקן אויף לשה״ק אין די נאנטע צוקומפט.
ואתכם הסליחה.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 884 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » מיטוואך מערץ 25, 2020 10:58 pm

לכבוד פרשת קאראנע איז די לעצטע קנקן אומזיסט אויף די וועבסייט!
https://kankanjournal.com/product/kankan-issue-009-pdf/
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט