שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

שטורעם איבער יתד קעמפ פארשליסונג קארטון

הודעהדורך היכי דמי » מאנטאג יוני 29, 2020 4:49 pm

דעם פארגאנגענע וואך האט די ענגליש יתד אריינגעשטעלט א פאום איבער די קעמפס פארשליסונג, באגלייט מיט א קארטון וואס ווייזט ווי גאווערנאר קאמא אנגעטוהן אין פאליציישע קליידונג קניט אויף די האלז פון א קינד פון זומער קעמפ ווען אינדערזייט הענגט א סיין מיט די ווערטער "איך קען נישט אטעמען" צוגלייכענדיג די קעמפ פרשה צו די 'בלעק לייווס מעטער' באוועגונג.

נעכטן זונטאג איז א בילד פון די קארטון פארשפרייט געווארן אויף טוויטער, און עס האט אנגעמאכט א גרויסע שטורעם. עס איז גלייך געקומען צו פליען אן א שיעור טוויטס אנגעפולט מיט אויפברויז אויף אזא צייטונג וואס האט שטרענגע פאלעסיס ווי נישט אריינלייגן בילדער פון פרויען זאל פארזעהן אזא פארברעך פון צוגלייכן דאס אפשפארן קעמפס צו פאליציי מערדעריי.

דאס האט צוגעברענגט אז די יתד זאל ארויסשיקן א איבערבעטונג טוויט, ווי זיי שרייבן: A cartoon submission that appeared to equate the tragic death of George Floyd with a policy decision was accidentally published in our paper. It does not meet our editorial standards and should not have gone in. We stand with the black community’s quest for equal justice

מענטשן זענען אבער נישט צופרידן פון אזא שוואכע מעסעדזש אז עס איז בטעות אריינגעלייגט געווארן, און זיי האבן נישט געקענט ארויסשרייבן קלאר אז זיי האבן געטוהן אן עולה און איבערבעטן די שווארצע געמיינדע.

בייגעלייגט איז א בילד פון די קארטון, און זייער איבערבעטונג טוויט:
בייגעלייגטע פיילס
Yשאקג 1.jpeg
טשרקג 2.jpeg
היכי דמי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג יוני 29, 2020 5:13 pm

דער יצחק פראנקפורטער לעבט פון קאנטרעווערסיע... נישט ס'ערשטע מאל, ומוחזק הוא אז סע איז אויך נישט דאס לעצטע
מנחם ציון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך אברך משי » מאנטאג יוני 29, 2020 5:16 pm

פראנקפורטער? ער איז פון עמי מעגעזין. נישט יתד.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג יוני 29, 2020 5:24 pm

אברך משי האט געשריבן:פראנקפורטער? ער איז פון עמי מעגעזין. נישט יתד.


אופס טעות.... געמיינט אז מען רעדט פון עמי
מנחם ציון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג יוני 29, 2020 5:53 pm

איך זעה נישט די פראבלעם. פונקט אזויווי די כת פון (בּלעק) קוועיר טרענס מאוומענט האט געקענט פארפירן די גאנצע אויפברויז ס'זאלן פארן אויף זייערע רעלסן מעגן אפאר אידעלעך אויך אויסדריקן זייער ווייטאג אויף דעם גאנג.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2107
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1234 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 29, 2020 6:42 pm

זיי האבן פראבלעמען מיט א קארטאן... זיי האבן אבער נישט קיין פראבלעם מיט באשולדיגן גאנץ אמעריקע אין אן עוולה פון אן איינצעלנער פאליציאנט און דערויף בארעכטיגן וויילענס אינעם ערגסטן פארמאט..
ליב צו וויסן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 269
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט