פאלשע נייעס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

פאלשע נייעס

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:33 pm

אן א שיעור איז שוין געשריבן געווארן, דעבאטירט און אנאליזירט געווארן, אויב די אלגעמיינע מידיע זאגט נארמאל "די נייעס" און נאר פון מאל צומאל פאלט זי אריין מיט אומריכטיגע אינפארמאציע אדער בייעס, אדער ניין, די אלגעמיינע מידיע איז דא צו שטופן אגענדעס, און די נייעס איז בלויז א טפל.

אין די פארלאפענע פאר טאג האט זיך אפגעשפילט 2 עפיזאדן, ביידע ארויס פון וויסקאנסין.
איינס: א לאנג פארצויגענע געריכט קעיס איבער רציחה פון 2 מענטשן האט זיך גענדיגט.
צוויי: אן אנגעבליכער רוצח האט אריינגעריסן אין א מאסע מענטשן, הארגענדיג לכה"פ 5 און פארוואונדענדיג פיל מער.

די קלארע חילוק צווישן די 2 מעשיות:
די ערשטע איז פארגעקומען אינמיטן העפטיגע ראיאטן, ברענעדיגע בנינים און א טענה פון סעלף דיפענס.
די צווייטע רציחה איז פארגעקומען גענצליך אומפראוואקט, אינמיטן א פרידליכער מארש.

די ערשטע האט (אפילו בעפארן דורכגיין א געריכט פראצעס) געברענגט הונדערטער שעות מידיע דעקונג פון טענות אויפן אנגעבליכן רוצח, שעלווס געשרייבאכצער, און בערג מיט טענות אויף פארשידענע מענטשן/אידיאלאגיעס וואס טראגן די אחריות אויף וואס דער אינג האט געטוהן.
די צווייטע -זאג איך נביאות... וועט נישט באקומען אפילו א פערטל פון די דעקונג! (משחרב... נביאה לשוטים...)

אויב וועט זיך אויסשטעלן אז איך בין גערעכט, און Derrel E Brooks וועט נישט ווערן אזא Hot טאפיק ווי Kyle Rittenhouse דאן קען מען איינמאל פאר אלעמאל סעטלען די נושא..
ס'וועט זיך ארויסווייזן צום וויפלטן מאל, אז די מידיע'ס ענדגילטיגע ציל איז "נישט נייעס", נאר די נייעס פארציילעריי איז בלויז א טפל צו זייער עיקר ציל פון שטופן נעראטיווס.

זעלבסט פארשטענדליך אז מיין טענה איז נאר אויף די "אלגעמיינע" מידיע (וואס פארופן זיך נייטראל), לינקע אדער רעכטע קאנאלן איז פארשטענדליך אז זיי וועלן שטופן נאר וואס לוינט זייער אפענע אגענדע.

ווי אויך איז זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע זאך איז נאר געזאגט געווארן אויב (ווי ס'זעהט דערווייל אויס..) דער איצטיגער אנגעבליכער רוצח איז טאקע שווארץ, און שטיצט די BLM מאוומענט, אויב אבער מען וועט קענען אנקלעבן אויף אים די מינדסטע שייכות צו טראמפ אדער די רעכטע אין אלגעמיין, איז פשוט אז די קעיס וועט באקומען די זעלבע דעקונג ווי Kyle.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך תרמב » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:12 pm

גוט מארגן ר' יונה! האסט געווארט ביז יעצט צו געוואור ווערן אז די מידיא איז בייעסד?
אגב מיר איז א חידוש אז מ'זעהט אז אויף די ווידיאו אז ער איז אומשולדיג פארוואס זאל האלב אמעריקא נאך אלץ האלטן אז ער שולדיג, דאס הייסט אז די מיינונג פון די מענטשן האט גארנישט מיט די פאקטן, סקען זיין קלאר ווי די טאג אז איינער איז אומשולדיג אבער מ'וועט האבן נאך אלץ האבן מיינונגען באזירט אויף פארטיי ליניעס, איך האב נישט געזעהן די ווידיאו ווייל איך האב נישט ליב צו זעהן אזעלכע זאכן, איך האב נאר געהערט דערפון, במילא קען איך דן זיין לכף זכות אז די עולם האט נישט געזעהן די ווידיאו.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 788
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 2962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 834 מאל

הודעהדורך בן נון » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 7:40 pm

הה”ד יענעמס טעראריסט איז דעם צווייטנס פרידנס קעמפער.
ווען מען ארעסטירט מייקל פלין אדער סטיוו בענאן האט מען געראטעוועט אמעריקע, אבער ביידן בכור איז א גרעסערע צדיק און העלד ווי שמשון הגבור.
די יאנואר 6 פראטעסטירער זענען דאמעסטישע טעראריסטן,
אבער די BLM ראיאטירער זענען סאציאלע יוסטיץ קעמפער.
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:27 pm

תרמב האט געשריבן:גוט מארגן ר' יונה! האסט געווארט ביז יעצט צו געוואור ווערן אז די מידיא איז בייעסד?
אגב מיר איז א חידוש אז מ'זעהט אז אויף די ווידיאו אז ער איז אומשולדיג פארוואס זאל האלב אמעריקא נאך אלץ האלטן אז ער שולדיג, דאס הייסט אז די מיינונג פון די מענטשן האט גארנישט מיט די פאקטן, סקען זיין קלאר ווי די טאג אז איינער איז אומשולדיג אבער מ'וועט האבן נאך אלץ האבן מיינונגען באזירט אויף פארטיי ליניעס, איך האב נישט געזעהן די ווידיאו ווייל איך האב נישט ליב צו זעהן אזעלכע זאכן, איך האב נאר געהערט דערפון, במילא קען איך דן זיין לכף זכות אז די עולם האט נישט געזעהן די ווידיאו.


דאס איז דאך די חורבן מיט די "קאורט אף סאסייעטי" (ווי געשמועסט ביי די נושא פון חיים וואלדער..), רוב מענטשן וועלן פארטיידיגן שלעכטס אויב ס'ווערט אויסגעפירט דורך "מיינע", און וועלן טרעפן שלעכטס אויב ס'איז "זיי" וואס טוהן דאס.

און פארשטייט זיך די "זיי" און "אונז" קען זיך טוישן לויט די צייט גייסט, און לויט וואס ס'איז אין Style צו האקן אנטקעגן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך מצפצף » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:10 pm

וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:39 pm

מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך בן נון » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:41 pm

מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.(צ”ל פון סעלף דיפענס)
What else?
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מצפצף » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:54 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..

יענס איז נישט געווען קיין פשוט'ע קעיס קען מען שפענדן שעות צו שפעקולירן, דא איז נישטא וואס צו דן זיין.
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך מצפצף » מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:55 pm

בן נון האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.(צ”ל פון סעלף דיפענס)
What else?

איך האב גערעדט פון די פרישע מעשה.
וכי יאמרו אליכם דרשו אל האבות ואל הידענים המצפצפים והמהגים הלוא עם אל אלהיו ידרש
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 229
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:12 am

מ'קען דעקן דעם רוצח'ס אידענטיטעט, מ'קען אויך דעקן זיין היסטאריע, אויך קען מען דעקן וואס פונקטליך האט איהם מאטיווירט. אא''וו. די פשוטע טייטש פון נייעס איז אז מ'זאל סערווירן דער עולם פאקטן און דעטאלן וואס אינטערעסירט פאר דער עולם. למעשה איז עס פארקערט, אנטשטאט צו סערווירן מיט פאקטן און דעטאלן וואס די קליענט פארלאנגט, פיטערן זיי דער קליענט מיט נאראטיוון און אגענדעס וואס איז אינגאנצן נישט איינשטימיג מיט די בעסיק יסודות אין דזשורנאליזם.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:10 am

מצפצף האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
מצפצף האט געשריבן:וואס איז שייך צו קאווערן לאנג און ברייט?
עס איז א קלעיר קאט קעיס פון רציחה.
What else?


ווען די קאווערעדזש זאל ווען בלויז האבן געווען ארום די פאקטן פון די קאורט דעיס וכדומה וואלסטו גערעכט געווען... אבער דאס איז דאך מיין פאוינט, די פאקטן פון א סימפל רציחה קעיס נעמען נישט אויף קיין הונדערטער שעות פון נאציאנאלע מידיע..

יענס איז נישט געווען קיין פשוט'ע קעיס קען מען שפענדן שעות צו שפעקולירן, דא איז נישטא וואס צו דן זיין.


זיי מסביר פארוואס מען קען נישט שפענדן דא שעות מיט שפעקולאציעס וואס זיינע מאטיוון זענען געווען?
פארוואס מען קען נישט האלטן ביזי דעם עולם פאר די נעקסטע יאר מיט יעדע פרישע עבירה וואס דער באשולדיגטער איז באגאנגען אין די PAST?
פארוואס מען וועט נישט ארויף ברענגען הונדערטער אנאליסטן וואס זאלן מסביר זיין ווי די קולטור פונעם באשולדיגטן איז פארדארבן?
פארוואס מען וועט נישט זיכער מאכן אז יעדע אמעריקאנער ווייסט צו זאגן פון די מעשה און ווי שעדליך ...... איז פאר סאסייעטי?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:49 am

איך בין טאקע נייגעריג פארוואס נאך איבערפארן א פרוי מיט דער זעלבער קאר איז ער ארויס פראנק און פריי.
היסטאריע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 152 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:36 pm

היסטאריע האט געשריבן:איך בין טאקע נייגעריג פארוואס נאך איבערפארן א פרוי מיט דער זעלבער קאר איז ער ארויס פראנק און פריי.


כ'בין נאכנישט קלאר מיט די פונקטליכע דעטאלן וואס ער האט געטוהן בעפאר, אזויפיל איז קלאר אז די ווינט היינט אין די ליבעראלע סיטיס איז נישט צו פראסעקיוטן Violent קריים.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך בן נון » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:25 pm

היינט איז א 13 יעריג קינד געשאסן און פארוואונדעט געווארן אין די בראנקס פון א ווילדע פארברעכער וואס איז ארויסגעלאזט געווארן פון זיין פריערדיגע ארעסט אהן קיין בעיל.
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

Re: פאלשע נייעס

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 4:37 am

עס איז דא אפאר גוטע סאטירישע נייעס וועבזייטלעך א שטייגער ווי https://www.theonion.com (מער לינקס) און https://babylonbee.com (מער רעכטס) וואס זייער נייעס איז נאך די בעסטע און מערסט צום זאך פון אלע.

ווי האט נאר די צוויבל אמאל געשריבן;
מיר ברענגען אייך אמת'ע נייעס וואס האט 'נאכנישט' פאסירט...
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1177
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 629 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 12:52 pm

פאליטיקאנט: דהי אניען...איז א מין סעטורדעי נייט לייו אינמיטן א גרינעם מיטוואך...אבער די בעבילאנ-בי איז נאך בעסער. ער/זי נעמט עכטע נייעס און לייגט צו אן אינטרעסאנטן ..."טוויסט"...אזוי ווי די נייעס איבער דעם קייל ריטענהויז ווערדיקט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10546 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:10 pm

אמתע רייד
בייגעלייגטע פיילס
Tibet.jpg
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 711
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 3:46 am

כלבאשבוע האט געשריבן:אמתע רייד


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 2018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 6:57 pm

יוסי געשטעטנער האט היינט א שמועס אויף קול מבשר איבער די אטאקע און די מידיא דעקונג דערויף.
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל


גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט