קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך מיליאנער » דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:20 pm

די פרעכקייט פון באשולדיגן די ארוינים אין 'טעראר' איז נעקסט לעוועל.

די זאליס קענען באמת לעבן א רואיג לעבן אין קרית יואל סיי פריוואט און סיי די קהילה, זיי קענען דאווענען ווי זיי ווילן, מאכן מעמדים וואו און ווי גרויס זיי ווילן, זיי קענען אפשפארן ראודס, זיי קענען מחנך זיין זייערע קינדער וויאזוי זיי ווילן און ווי זיי ווילן, זיי קענען קויפן פלייש ווי זיי ווילן, זיי קענען חתונה מאכן ווי זיי ווילן, זיי קענען האבן זייער אייגענע צייטונג, זייערע אייגענע האטליין'ס, זיי מוזן זיך נישט צושטעלן צו מהר''א אין קיין שום פאל!

פארשטייט זיך אבער אז אינטערברעכן זיין הנהגה און שטערן זיינע פעולות איז נישט אריינגערעכנט אין די רעכטן פון תושבי קרית יואל, סיי ביי קהילת מהרז''ל און סיי ביי זיין אייגענע קהילה, און איינער וואס זוכט דווקא צו שטערן די הנהגה פון סיי וועלכע קהילה עס זאל נאר זיין, שטויסט זיך אן אין א שטייפע מלחמה.

די איין איינציגע זאך וואס מהר''א פארלאנגט יא איז אז ער זאל זיין די אחריות אויף די סידור קידושין. איין זאך.

יעצט, איך גיי יעצט אננעמען אז די גאנצע סידו''ק שטעלונג פון מהר''א איז אומבארעכטיגט, אבער הזאת טעראר יקרא? סאטמאר רבי פון וויליאמסבורג זאל זיך אויפשטעלן זאגן אן א בושה אז 'די הנהגה איז פשוט געבויעט אויף על חרבך תחיה'?? ביזט ערנסט?

דו ווילסט טאקע וויסן וואס מיינט טעראר? ווען יענער בויעט זיין אייגענע ביהמ''ד ביזטו פארנומען אריינצוגעבן מסירות יעדע מינוט. ווען יענער עפנט א מוסד מאכסטו זיכער אז די מוסד זאל ווערן פארמאכט מיט מיליאנען דאלאר אין שאדנס און טויזענטער קינדער אויפן גאס.

די חוצפה פון די זאליס גייט נאך ווייטער. איינע פון זייערע טענות איז אז 'מהרא מיינט אז מ'האלט נאך אין די סמך יארן'.... הייסט אזוי, ווילאנג די סאטמארע הויפטשטאט איז געווען וויליאמסבורג, און די זאליס זענען געווען בעה''ב אין וויליאמסבורג און די ארוינים זענען געווען די צוקלאפטע נרדפים, דאן האבן די זאליס געטון ככל העולה על רוחם, זיי האבן ליטערלי געטון וואס זיי האבן געוואלט, זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט, סיי פאר פריוואטע מענטשן און סיי פאר די קהילה בכלליות. אבער ווען די מצב האט זיך איבערגעדרייט, און די ארוינים זענען ידם על העליונה מיט א מאכטפולע מאשין, דאן הייבט מען זינגען 'האלא ס'איז אנדערע צייטן היינט, אמאל זענען די זאכן געווען נארמאל, היינט דארפסטו מיך לאזן לעבן רואיג, ס'שוין נישט די סמך יארן'...

גוט מארגן ר' זאלי, נאך גוט טאקע אז די ביזט למעשה אויפגעשטאנען פון דיין שלאף, כאטש עס איז טאקע געקומען צוליב'ן זיין א מינאריטעט און א צווייטע קלאס בירגער - אזויווי די משנה זאגט כל המבטל את התורה מעושר סופה לבטלה מעוני - אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל, אבי דו פארשטייסט שוין היינט די געוואלדיגע רשעות און עוולות וואס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג פונעם מיאריטעט קעגן די מינאריטעט, און אויב זאל איך דארפן נעמען א פייוו אוער קלעסס אין הלכות נארמאלקייט און הלכות טעלארירן יענעמ'ס רבי און יענעמ'ס רעכט צו האבן זיין אייגענע קהילה, וואלסטו נישט געוואלט איך זאל עס לערנען ביי דיר....

קום מיך נישט יעצט איינטיילן ווען מ'מעג יא און ווען מ'מעג נישט. ווייל דו זאלי זאגסט אז נאר אין די סמך יארן איז טעראר געווען ערלויבט, און די ארויני האלט אז טעראר איז פארבאטן סיי אין די סמך יארן און סיי אין די פ' יארן, ס'נישט קיין שום חילוק! און דאס איז די סיבה פארוואס די ארוינים באגייען זיך אזוי שיין צו די זאליס און לאזן זיי טון וואס זיי ווילן.

און אויב איינער האלט אז א פארלאנג צו האבן אחריות אויף סידור קידושין איז טעראריזם, זעמיר גרייט צו הערן די ארגומענט, אבער נישט פון אזעלכע וואס האבן געטון כל מיני טעראר. דו, זיי מוחל זיץ איין, און טו תשובה אויפן עבר, און פריי דיך אז דו קומסט כאטש עפעס אפ מדה כנגד מדה (לשיטתך) נאך אויף דעי וועלט.
מיליאנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג יוני 17, 2022 1:41 am

די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3296 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » פרייטאג יוני 17, 2022 11:48 am

דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 646
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » פרייטאג יוני 17, 2022 11:53 am

שמעון וואלף האט געשריבן:די דרך הלימוד פון ש. וו. האט אויפגעלעבט


און וואס איז מיט י. ג. דער פול טיים שרייבער אויף הייד פארק?

זאללן ביידע נשמות האבן א עלי'
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 646
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך signout » פרייטאג יוני 17, 2022 3:43 pm

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט

אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1269
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג יוני 19, 2022 2:50 am

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט

אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר

100% אגרי. וואס מיינסטי אבער צו זאגן אז מרז"ל'ס מוסדות דארפן זיך רעכענען דערמיט, און פארוואס נאר רוב?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3296 מאל

הודעהדורך א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יוני 20, 2022 11:12 am

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:דארפסט נישט מאאכן העטיך פעטעך

וואס איז געווען ווען דער בלאט האט זיך אויפגעפירט נאריש די ערשטע פאר יאר, חוזק מאכענדיג פון רז"ל און זיין קהלה

טערארזירט און גערודפ'ט אלע וואס אדווערטייזן דארט, אדער די געשעפטן וואס האבן עס פארקויפט

עד היום איז דא 3 געשעפטן (וואס איך ווייס) ןןאס נעמען נישט אריין די בלאט

אנדערע צייטן היינט, אפשר 1 געשעפט האלט נאך אן די בויקאט, מהר''א איז היינט א מאסיווע כח אין וומסב''ג, רוב פירער פין מהרז''ל'ס מוסדות מוזן זיך רעכענען היינט דערמיט, זיי האבען ריזיגע בתי מדרשים אין בנינים אלל אווער, זיי האבען געשפרינגען ריזיגע סטעפס די לעצטע 15 יאר


גערעכט, מ"ד נידערמאן דארף צוקומען צו נ"מ אינדיג זיך צו טרעפן מיט מעיאר עדעמס

אבער איך ווייס פון 3 םטארס וואס האלטן אן די טראדיציע נישט אריינעמען די בלאט
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 646
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך מיליאנער » דינסטאג יוני 28, 2022 9:23 am

8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg
מיליאנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 28, 2022 12:29 pm

זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,
בייגעלייגטע פיילס
unnamed (3).jpg
טשאדעלע באדעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 461
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 326 מאל

הודעהדורך מיליאנער » דינסטאג יוני 28, 2022 7:44 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,

קוק נאכאמאל, עס קוקט נישט אויס ווי ס'האלט נאך פיר וואכן ליינען...
מיליאנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 336 מאל

הודעהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יוני 28, 2022 7:52 pm

מיליאנער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זעט אויס אז דער עולם לייענט פעסט דורך די וואכנשריפט, אז זיי ווארפן ערשט יעצט ארויס די אלטע וואכנשריפט פין 4 וואכן צוריק,

אבי מזאגט אז די וואכנשריפט מערכה ארבעט זיך נישט אויס,

קוק נאכאמאל, עס קוקט נישט אויס ווי ס'האלט נאך פיר וואכן ליינען...

דאן וואס לייגסט יעצט בילדער ווי מ ווארפט ארויס אלטע וואכנשריפט?

אדער מיז מען אננעמען אז דער וואס האט גענומען דעם בילד, האט זיך אוודאי איינגעהאלטן 4 וואכן עס צי פארשפרייטן...
טשאדעלע באדעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 461
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 13, 2020 12:09 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 326 מאל

הודעהדורך וואסער » מיטוואך יוני 29, 2022 2:23 am

מיליאנער האט געשריבן:
8ac09ab2fb674a7dbb0f9c7defc56503.jpg

נייס טריי. איך זעה דא מינומים פון 3 אנדערע וואכן וואכנשריפטן, און צוויי אנדערע וואכן פאמיליע.
האסט באהאלטן אינטער מאטראץ פאר עטליכע וואכן און דערנאך אויסגעשטעלט א שיינע פיקטשער...
אויב איז דאס נאטורליך וואלט געדארפט זיין מערערע פון די זעלבע וואך.

דרך אגב קענסטו מיר זאגן ווי דאס איז? איך וויל גיין קוקן צו עס ליגט אפילו בקביעות דארט א גארבעדזש קען מיט א גארבעדזש בעג...
וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט