מיליאנער האט געשריבן:טוט זיך דא א העטעך פעטעך.. דעמאלטס וואלטן זיי יא געמעקט, אין אזא פאל וואלטן זיי נישט.
ס'איז גארנישט קיין העטעך פעטעך, זיי האבן עס פאקטיש געמעקט, און מיך און דיך ווייסן זייער גוט פארוואס זיי האבן עס געטון. דאס אז מען פארקירעוועט די שמועס צו א זייטיגן תירוץ אז עס איז בעצם געווען פריוואט, איז לעכערליך ביז גאר. און יעדער פארשטייט אז ווען נישט די זייטיגע סיבה וואלט עס אויך אראפגעפלויגן פון דארטן פארן פשוטן חטא פון שרייבן I love you.
יהורם האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:צוזאמגעדרייט האט געשריבן:@יהורם
די שאלה איז, וואס וואלט געווען אויב דער מעסעדזש וואלט געווען דירעקט צו זיין ווייב. וואלט עס אייוועלט צוגעלאזט?
א-נעכטיגן-טאג!
דאן וואלט עס נישט ארומגעפארן אין פובליק.
און אויב מחמת איזה סיבה שיהיה וואלט זיין ווייב עס יא ארומגעשיקט, וואלט עס אייוועלט געלאזט?מען קען נישט דן זיין צוליב א מיגו שלא בא לעולם. @נוח האט דא געעפנט אן אשכול וואס איז אומבאגרינדעט, נעקסט.
ס'איז נישט אומבאגרינדעט, ווייל די נושא וואס נוח ברענגט ארויף איז ריכטיג. זיי וואלטן עס סייווי געמעקט, און איך ווייס אפילו נישט צו זיי האבן בכלל אונזינען געהאט עס צו פארמעקט צוליב די טעות שבו. ס'איז קלאר אז זיי וואלטן נישט צוגעלאזט קיין I love you מעסעדזש נישט קיין חילוק וואס.
פון וואו ווייס איך? ווייל איך האב געמאכט א פראבע. איך האב ממש אפאר מינוט צוריק געשריבן אזא אומשילדיגע אומוויסנדע תגובה אויף אייוועלט, און פארשטייט זיך אז ס'איז נישט אריבער קיין גאנצע פינעף מינוט און די תגובה איז געפלויגן.