"דער איד"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

"דער איד"

הודעהדורך קארל » מאנטאג יולי 09, 2012 9:58 am

"דער איד" איז געגרינדעט געווארן אין יאר תשט"ו דורך דר. אהרן ראזמארין ווי א צוויי-וואכיגע צייטונג. ראזמארין איז געווען א רעדאקטאר ביים "מארגן זשורנאל" און נאכדעם וואס עס האט זיך פארמאכט, און זיך דערנאך צוזאמענגשטעלט מיט'ן "טאג", האט ער פארלוירן זיין פאזיציע.

אנדערש ווי די רעדאקציעס פון דעם "טאג" און דעם "מארגן זשורנאל" איז ראזמארין געווען א שטארק פרומער איד, און די נייע צייטונג וואס ער האט געגרינדעט, "דער איד", האט פארמאגט א שטארק פרומער כאראקטער, און איז טאקע געווען די פרומסטע אידישע צייטונג אין יענער תקופה.

ראזמארין איז געווען א שטארקער סימפאטיקער פאר דער נייער אידישער מדינה. אבער ווי נאר סאטמאר האט אפגעקויפט "דער איד" האט די צייטונג אנגעהויבן גענוצט ווערן פאר די סאטמארער מערכה קעגן מדינת ישראל. אין לויף פון צענדליגער יארן פלעגט די פאדערשטע זייט פון "דער איד" זיין מיוחד פאר נייעס פון מדינת ישראל. כמעט וואס אנדערע נייעס האבן נישט פיגורירט דארטן.
Der Yid 1973.JPG
Der Yid 1973.JPG (46.37 KiB) געזען געווארן 5611 מאל

א טיפישע ערשטע זייט פון אן אמאליגן "איד"

אין די ערשטע יארן פלעגט "דער איד" באשטיין פון בלויז עטליכע זייטן, און האט פארמאגט א צוויי-זייטיגע ביילאגע אין ענגליש. סאטמאר האט געהאט א חלום צו פארוואנדלען דעם "איד" אין א טעגליכער צייטונג, צו קענען קאנקורירן מיט די אלגעמיינע אידישע צייטונגען פון יענער תקופה – עס האט זיך אבער קיינמאל נישט אויסגעארבעט (שפעטער, אין יאר תשל"ג, האט סאטמאר – אין קאלאבאראציע מיט ליובאוויטש – ארויסגעגעבן א טעגליכע צייטונג וואס האט אנגעהאלטן איין חודש. און יא, סאטמאר האט לאנגע יארן געהאט פאזיטיווע שייכות מיט ליובאוויטש. זע דא אין "דער איד" פון תשי"ח צוויי בריוו, איינס פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל און איינס פון האדמו"ר מליובאוויטש ז"ל).

דער ערשטער רעדאקטאר פון "דער איד" איז געווען ר' בערל פריעדמאן ("בערל פרייליך"), דער היינטיגער ראש הקהל ביי קהילת סאטמאר בנשיאות האדמו"ר ר' אהרן. שפעטער זענען געווען רעדאקטארן ר' סענדער דייטש ע"ה ("אליעזר עפשטיין") און ר' חיים משה שטאובער ("שמחה בוימל"). די אלע האבן גענומען זייער הדרכה וויאזוי צו פירן די צייטונג פון האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר ז"ל.

אין לויף פון די יארן איז "דער איד" געווען דער כלי-זיין מיט וועלכער סאטמאר האט זיך געשלאגן מיט אירע שונאים. בראש וראשון זענען געווען די ציונים, מזרחי און אגודה – אנגעפאנגען פון הגראי"ה קוק ז"ל און געענדיגט מיט הרב שך ז"ל – אבער נאכדעם איז עס אריבער צו די פארשידענע שטרייטן וועלכע האבן אויסגעבראכן צווישן סאטמאר און אנדערע קרייזן. דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט אין א שמועס שבועות תשמ"ה שארף ארונטערגעריסן דעם "איד" וועגן דברי ליצנות וואס זיי האבן געדרוקט קעגן זיינע פראיעקטן. נאך עטליכע יאר פריער איז אין סאטמאר גע'אסר'ט געווארן צו לייענען די ליובאוויטשער צייטונג "דער אלגעמיינער זשורנאל".

אין די תש"מ-יארן איז "דער איד" גענוצט געווארן אין דער מערכה קעגן קהילת בעלזא. באקאנט איז די סעריע מאמרים פון ר' משה לייב דייטש, געשריבן אין לשה"ק, וואו ער האט שארף ארונטערגעריסן די בעלזער קהילה און זייער רבי. "המחנה החרדי", די בעלזער צייטונג, איז אוודאי נישט שולדיג געבליבן, און אזוי זענען פיילן געפלויגן אהין און צוריק. ווען די עקסטרעמערע פראקציעס אין סאטמאר האבן רעוואלטירט קעגן דער הנהגה פון האדמו"ר בעל ברך משה ז"ל, זענען געדרוקט געווארן גאר שארפע מאמרים קעגן זיי, ובפרט קעגן די מנהיגים פון יענע קהילות, ווי הג"ר אברהם לייטנער ז"ל און הג"ר רפאל בלום, קאשויער רב, ז"ל. פון די קהילות זענען טאקע פובליצירט געווארן בריוו וועלכע האבן פארדאמט דעם "איד" מיט שארפע לשונות, און גע'אסר'ט אים צו לייענען.

פארשטייט זיך אז די שארפסטע מערכה וואס "דער איד" האט נאר אמאל אנגעפירט און אויף וועלכער ער האט די מערסטע טינט פארגאסן, איז אונטערצוברענגען די אדמו"רות פון האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר. אנגעפאנגען נאך פסח תשנ"ט איז "דער איד" געווארן שארפער און ווילדער פון וואך צו וואך. אזש, קיין שום מיטל איז נישט פארקוקט געווארן. אין דער צייט וואס אפילו אין דער אויסגאבע נאך סעפטעמבער 11, 2001, האט "דער איד", ווי אן ערנסטע צייטונג, פארמאגט אן ארטיקל אויף דער ערשטער זייט, האט אבער פאליטיק פארלאנגט עטליכע יאר שפעטער אנצושמירן א ריזיגן בילד אויף דער גאנצער ערשטער זייט וואס האט לויט אים פארשעמט דעם דעמאלטדיגן רב אין קרית-יואל, האדמו"ר ר' אהרן. "דער איד" האלט זיך אויך נישט צוריק פון דרוקן גאנצע ביילאגעס וועלכע טוען לויט זיי טשעפען מיט ר' אהרן.

טראצדעם וואס "דער איד" פארמאגט א גוטער זשורנאליזם (ער איז ארום צען יאר צוריק באצייכנט געווארן דורכ'ן "פארווערטס" ווי "די גרעסטע און שענסטע אידישע צייטונג"), זענען די רעדאקטארן גרייט צו פארקוקן אלע יסודות פון זשורנאליזם, ארויסנעמענדיג ביליגע געלע זשורנאליזם אויף צו פארדאמען האדמו"ר ר' אהרן, זיינע חסידים, און זיין צייטונג "דער בלאט" – וועמען זיי האבן, איראניש, באטיטלט ווי "געלע זשורנאליזם".

"דער איד" איז מקפיד אויף א הויכער מאס פראפעסיאנאליזם, און ארטיקלען גייען דורך א שטארקע הגהה. די גראמאטיק איז נישט הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, אבער איז געווענליך איינהייטליך דורכאויס די גאנצע צייטונג. אבער אנשטאט "דער איד" זאל שטיין מיט זיין קוואליטעט העכער זיין קאנקורענט "דער בלאט", האט ער ווי נאר "דער בלאט" האט זיך געגרינדעט אים אנגעהויבן נאכמאכן. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן דעקן אלע חסידישע הויפלעך אין א קאלום "וואס נאך טוט זיך בעולם התורה והחסידות...", איז "דער איד" דאס תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט אפגעשטעלט דעם קאלום, און האט אנגעהויבן דעקן פראמינענט אלע קליינע נייעסלעך, האט "דער איד" ווידער נאכגעמאכט. ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן לייגן א דגוש אויף בילדער, איז דער זעלבער דגוש תיכף געווען צו געפינען אין דעם "איד". (עס איז כדאי צו באמערקן אז אין יאר תשנ"ח האט "דער איד" געמאלדן אז כדי מקיים צו זיין דעם רצון פון דעם סאטמארער רבי'ן ז"ל וועט מער נישט געדרוקט ווערן קיין בילדער וועלכע אנטהאלטן די צורה פון א פנים פון א מענטש. דאס איז טאקע אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, און אפילו אנאנסן וועלכע האבן פארמאגט קליינע קאריקאטורן וואו מ'האט געזען מענטשליכע געזיכטער זענען פארמעקט געווארן, ביז "דער בלאט" האט זיך געעפנט, און די רעדאקציע פון "דער איד" האט פארגעסן פון דער תקנה וואס זיי האבן געמאכט.)
גאנץ לעצטנס, ווען "דער בלאט" האט אנגעהויבן אויסשטעלן די ערשטע זייט ווי א טאבלאיד, מיט קעסטעלעך וועלכע געבן רעפערענצן צו ארטיקלען וועלכע געפינען זיך אין די בלעטער פון דער צייטונג, איז דאס "דער איד" תיכף נאכגעשפרינגען. ווען "דער בלאט" האט מחליט געווען אויפצוהערן דעקן וועלטליכע נייעס אויף דער ערשטער זייט, האט "דער איד" דאס גלייך נאכגעמאכט.

אין קורצן: "דער איד" טראגט די ברייטע היסטאריע פון סאטמאר אין לויף פון די לעצטע פופציג יאר. א בליק אין די ארכיוון פון "דער איד" ווייזט דאס ארגסטע וואס סאטמאר האט צו ווייזן. די שמוציגע מערכות, הלבנת פנים, נארישע און לעכערליכע ארגומענטן, און בעיקר שחצנות אויפ'ן ערגסטן פארנעם. טראצדעם וואס זשורנאליסטיש גערעדט שטייט "דער איד" העכער ווי אנדערע אידישע צייטונגען, איז עס אבער אויך פיל שמוציגער און לאזט זיך אראפ פיל שארפער און נידריגער ווען עס קומט צו פאליטישע אינטערעסן.

אבער אנשטאט די ליטערארישע מעלות פון דעם "איד" זאל זיין עפעס וואס הייבט עס העכער ווי די אנדערע, קוקט גאר אויס אז די דארטיגע רעדאקציע שעמט זיך דערמיט. א צייטונג פון גוטן קוואליטעט דארף נישט נעמען ווי א וועגווייזער א "צייטונג" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך עטליכע אומערפארענע ליצים.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך עס עפעס » מאנטאג יולי 09, 2012 10:09 am

אט זענען עקזעמפלארן פון אויסגעשפראכענע אמעראצעס אינעם "איד" פון די פארלאפענע וואך. דער בלאט האט אויך זייער אסאך מאל געפערליך-קינדישע קעפלעך, אבער היות מען צעלאזט זיך דא כאילו דער איד איז עשר מעלות פאראויס און בעסער, ערלויבט מיר צו ברענגען די עקזעמפלארן:

כהאב בילדער, אבער ער לאזט מיר נישט ארויפלייגן, ווייל סאיז צו גרויס אין סייז.

*

אט איז דער ערשטער עקזעמפלאר: א באקסל איבער העלט קעיר רעפארם, שרייבט ער וויאזוי דער אורטייל וועט אויסמאכן פאר יעדן. הייבט ער אן:

"די אומאינשורד"...

ערנסט? האסט נישט געקענט טרעפן א אידישע איבערטייטשט פאר דעם ווארט?

------

צווייטע עקזעמפלאר:

"אבאמא און ראמני נעמען נישט קיין "וואקעישאן" פונעם העפטיגן פרעזידענט קאמפיין"

כ'וועל נישט אריינגיין אינעם פאקט אז דער אויסלייג פונעם קעפל איז געפערליך קינדיש, ווייל מ'וואלט עס געקענט שרייבן מיט פיל מער פראפעסיאנאלקייט, אבער פשוט אז ער וועט ענדערש שרייבן וואַקעישאָן ווי וואקאציע, is beyond me...

------

דריטע עקזעמפלאר:

"ראמני וויל זיך אריבערכאפן קיין מדינת ישראל צו צייגן נאנטערע באציאונג"

דאס איז שוין א חידוש נפלא. אינדערצייט וואס ער קען שרייבן "ראמני פלאנירט באזוך קיין מדינת ישראל", "ראמני וועט אפשטאטן באזוך אין מדינת ישראל" און פילע אנדערע וועגן, האט דער שרייבער באשלאסן צו גיין אויפן מערסט-קינדישן וועג און שרייבן "וויל זיך אריבערכאפן". ריעלי? ער וועט זיך אריבערכאפן? מיט א היטש? וויאזוי?....

------

פערטע עקזעמפלאר:

"אבאמא פארשטארקערט אטאקע אז ראמני האט "אַוטסאָרסד" דזשאבס קיין אויסלאנד"

ערשטנס: די וועלכע ווייסן וואס דער ווארט "אוטסארסד" מיינט, דארפן נישט אז דו זאלסט עס פינטלען פאר זיי...

צווייטנס: די וועלכע ווייסן נישט וואס דער ווארט מיינט, גייט עפעס העלפן אז די פינטלסט עס? קענסט נישט שרייבן "אבאמא פארשטארקערט אטאקע קעגן ראמני'ס שיקן דזשאבס קיין אויסלאנד" אדער עפעס ענליכעס?

------

פינפטע עקזעמפלאר:

דאס האבן מיר איבערגעלאזט צום לעצט, צוליב די מתיקות פון די אמעראצעס, וואס דער שרייבער צייגט ארויס אז ער הייבט נישט אן צו פארשטיין וואס די נייעס איז.

"פרוי קלינטאן "אטאקירט צוריק" אבאמא אין נייעם ראמני-עד"

לאמיר לייגן אין א זייט דער פאקט אז דער שרייבער ווייסט נישט פון אזא ווארט "רעקלאמע" און נוצט דעריבער די ווארט "עד".

די נייעס איז איבער דעם וואס ראמני'ס קאמפיין האט אנגעהויבן נוצן אלטע אטאקע רעדעס וואס קלינטאן האט געגעבן קעגן אבאמא אינעם 08' פריימערי.

פונעם קעפל קריגט דער ליינער נישט דאס מינדעסטע אינפארמאציע איבער וואס די נייעס איז און מען גייט ארויס צעמישט ביז גאר.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 1:39 am

א גראבן טעות וואס כ'האב געטראפן אין איד'ס עדיטאריעל די וואך.
אין א פרואוו צו ווייזן אז דער בעלזער ח"כ, ישראל אייכלר איז מער אויפגעקלערט ווי אלע אנדערע חרדישע ח"כ, ברענגט ער פיל מיט ציטאטן פון חרדישע חברי כנסת און דערנאך פארגלייכט ער זיי צו ישראל אייכלר'ס ציטאט.‬
‫ער ברענגט ציטאטן פון יאנקל ליצמאן פון גור‬, משה גפני פון די ליטווישע, ‫אורי מקלב פון די ספרדישע,‬ ‫און מנחם מוזס פון וויזניץ‬, ‫מיט דעם וויל ער דעקן אלע חרדישע פראקציעס אין כנסת.‬
‫די פראבלעם איז נאר אז אורי מקלב איז א ישיבישער פארטרעטער‬...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יידל אום פרייטאג יולי 13, 2012 11:00 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 8:46 am

צוצולייגן צו "עס עפעס" טעותים אין איד. כמעט יעדע וואך איז דא א טעות אין איד ווען די שרייבער דארט שרייבן אז "וויליאמסבורג איז אונטערן רושם" אא"וו, אויב וועסטע פרעגן וויליאמסבורגע אידן צי זיי זענען אונטערן רושם וועלן זיי דיר אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן. -- נאך א טעות, ביי רביש'ע לויות שרייבן די אמעראצישע "איד" שרייבער אייביג העכערע ציפערן באטייליגטע ווי דער אמת איז, דעי טעות האלט שוין אן יארן, און ס'דיקרימינעט נישט צווישן איין רעדאקטאר אינעם צווייטן.

אז מ'רעדט שוין פון אמעראצישע טעותים אין צייטונגען, האב איך געזען לעצטענס א שרעקליכער אמעראציש'ן טעות אינעם "טיימס", דער שרייבער באריכט איבער אבאמא קעיר זאגט ער אז ס'וועט נישט הייבן טעקס'ס. א שרעקליכער טעות! אלע זעלבסשטענדיג אנאליזסט'ן זאגן פארקערט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך עס עפעס » פרייטאג יולי 13, 2012 8:49 am

זר זיסער, כהאב מיר שוין אויסגע'טענה'ט דאס מיט דיר אין אישית. שפיל עס נישט נאכאמאל אויף דא אין פובליק...

מיינע עקזעמפלארן זענען טעותים אין אידיש-שרייבן כללים, ווי כ'קלער אז קארל און אנדערע מבינים וועלן מודה זיין.

דאס וואס דו ברענגסט אז א פשוט'ע מחלה פון איבערטרייבן (ביים איד'ס פאל) און א פשוט'ע מיינונג'ס פארשידנהייט פון דזשורנאליסטן און שטייער עקספערטן (ווי ביים טיימס פאל)

פינטל.
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 8:53 am

"אין אידיש שרייבן כללים" ?

"אוטארסן" איז נישט אידיש. -- ד.מ. אז דיין גאנצער בנין צופאלט.
------
א טעות איז ווען דו ווילסט איין זאך און בטעות טוסטע א צווייט'ס, ווען דו ווילסט אבער טון די צווייטע זאך איז עס נישט קיין טעות, אפילו ס'געפעלט נישט פאר אנדערע! -- געוויסע איד שרייבער האבן אנגעהויבן שרייבן אין א מהלך מער כלשון בני אדם, דעי שרייבער ווייסט גאנץ גוט פון די ווארט "רעקלאמע" פונקט אזוי ווי דו ווייט פונעם ווארט "פליז" אפילו ווען דו שרייבסט שרייבסטע "ביטע"...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 8:59 am

ס'דא גענוג ריכטיגע טעותים אינעם איד. איך מיין אז פאריגע וואך איז געשטאנען "ראמני" 2 מאל דארט וואו ס'האט געדארפט שטיין "אבאמא", און נאך טעותים דא און דארט. דיינע טעותים זענען סתם געקראכנע אויף גראדע ווענט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 9:11 am

קארל, איך האב דיר שיעור געגעבן א "לייק", נאר כ'האב אינמיטן דיין ארטיקל באמערקט ווי דו שרייבסט נאך ווארט ביי ווארט פונעם וויקיפידיע, וועלכער איז נישט אזוי 100% אקוראט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 9:14 am

אין א עלטערן דרוק פון איינע פון די ספרים פונעם חפץ חיים האב איך געזען דארט אין די הקדמה רעדן פון א "עתון דער איד" פון די ת"ר יארן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך משה געציל » פרייטאג יולי 13, 2012 10:39 am

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקען אז אנפאנג ווען סאטמאר האט איבער גענומען די צייטונג איז דאס אין א געוויסע זין געווען אומפארטאייש, סתם כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א האט נישט געמיינט סאטמאר ווייל אויף סאטמאר רבי׳ האט מען אויך געשריבען אדמו״ר מסאטמאר, ווי אויך זענען די טיטלען געווען אויף יעדען רבי׳ן אייניג אן קיין פארטאייעשיע ליניעס (דאס איז חוץ א מעשה אז די טיטלן דעמאלטס זענען געווען אסאך נארמאלער אן קיין צוויי שירות רשכבבה״ג סטייל...), עס איז וואלט געווען אינטערעסאנט צו דערגיין ווען זיי האבען עס געטוישט צו א אפציעלער סאטמערע צייטונג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 1:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2723 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 10:43 am

דער איד שרייבט היינט כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא, אדער סאטמארער רבי. נישט פלעין כ"ק אדמור שליט"א
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 11:06 am

זר זהב האט געשריבן:דער איד שרייבט היינט כ"ק אדמור מסאטמאר שליטא, אדער סאטמארער רבי. נישט פלעין כ"ק אדמור שליט"א

נישט ריכטיג, זיי שרייבן הר' אהרן ט"ב.... :P דזשאסט קידינג.
צו שרייבן זיי נישט "כ"ק מרן האדמו"ר מ'סאטמאר"?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 11:08 am

ניין, געווענליך נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 11:15 am

זר זהב האט געשריבן:ניין, געווענליך נישט.

די אמת איז אז איך ללין נישט צו אפט דעם איד, דערפאר ווייס איך נישט צופיל. אבער די קעפלעך זע איך דאך אין געשעפט. האבן זיי נישט ביים כינוס כלל ישראל געשריבן עפעס אזוי ווי "אלע גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן האדמ"ר מסאטמאר"?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 11:17 am

יא ביזט גערעכט. דאס איז אבער נאר ביי א מעידזשער מעידזשער איווענט. געווענליך נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך קלאר » פרייטאג יולי 13, 2012 11:36 am

קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

הודעהדורך קארל » פרייטאג יולי 13, 2012 11:36 am

זר זהב האט געשריבן:קארל, איך האב דיר שיעור געגעבן א "לייק", נאר כ'האב אינמיטן דיין ארטיקל באמערקט ווי דו שרייבסט נאך ווארט ביי ווארט פונעם וויקיפידיע, וועלכער איז נישט אזוי 100% אקוראט.

און פאר איבערשרייבן וויקיפעדיע אויף אידיש קומט נישט קיין לייק?
קידינג אסייד - פון וויקי האב איך בלויז גענומען די פאקטן ארום די אומשטענדן וועלכע האבן געברענגט ראזמארין צו עפענען דעם ״איד״, וואס פארנעמט בלויז צוויי שורות אין מיין היבש לאנגען ארטיקל.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 11:44 am

אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט, און דו שרייבסט דא געוויסע זאכן וואס דארט איז געשטאנען. יעצט זעה איך אבער ווי איינער האט עס גע'עדיט קאמפליטלי.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך קארל » פרייטאג יולי 13, 2012 11:51 am

זר זהב האט געשריבן:אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט, און דו שרייבסט דא געוויסע זאכן וואס דארט איז געשטאנען. יעצט זעה איך אבער ווי איינער האט עס גע'עדיט קאמפליטלי.

איך האב קיינמאל נישט געזען יענע זייט. אויב עס איז אמת וואס דו זאגסט דארפסטו צו קענען ארויפברענגען אמאליגע ווערסיעס פון וויקיפעדיע וואו די זאכן זענען געשטאנען. איך בין נייגעריג צו זען אויב נאך האבן געמאכט די זעלבע אבזערוואציעס.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 11:53 am

וויאזוי ברענגט מען עס ארויף?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך קארל » פרייטאג יולי 13, 2012 12:01 pm

זר זהב האט געשריבן:וויאזוי ברענגט מען עס ארויף?

דא זענען אלע ווערסיעס (קאפי און פעיסט די יו-אר-על אריין אין דיין בראוזער):
http://yi.wikipedia.org/w/index.php?title=דער_בלאט&action=history

ביטע ווייז אן פון וועלכער ווערסיע איך האב ״נאכגעשריבן.״
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יולי 13, 2012 12:18 pm

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4178 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 12:30 pm

קלאר האט געשריבן:קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות

קלאר! נישט אלעס איז פאליטיק! כ'בעט דיך! קארל האט דאך בפירשו געשריבן אז ווען עס קומט צו פאליטיק איז דער איד ערגער. אבער חוץ פאליטיק איז דא א גאנצער וועלט! קען יו אימעדזשין? עס איז דא וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, אנאליזן, באריכטן, ארטיקלן און וואס נישט? און די אלע זאכן קענען זיין געשריבן אויף א זשורנאליסטישע לעוועל און אויף א נידעריגע טאבלויד לעוועל. פארשטייסט? ווייל דו ביסט אן ארויני מיינט נישט אז דו האסט א חוב קדוש נישט אויפצוהערן רעדן פון די נידעריגע פאליטיק וואס דער איד שפילט נעבעך.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך יידל » פרייטאג יולי 13, 2012 12:37 pm

זר זהב האט געשריבן:אינעם וויקיפיעדע זייט אויף דער 'בלאט' איז געווען געשריבן "אלעס" וואס דער איד האט זיי כלומרשט נאכגעמאכט

זר, ביטע בעק אפ דיינע רייד. פארוואס כלומרשט?

זר זהב האט געשריבן:דא איז עס!
http://yi.wikipedia.org/w/index.php?tit ... did=367169

וויקיפעדיע רעכנט אויס צוויי זאכן: בילדער און א מדור זכרון להולכים.
קארל האט אויסגערעכנט 6 זאכן און נאר איינס(!) שטייט שוין אין וויקיפעדיע: מדור "וואס נאך טוט זיך בעולם התורה והחסידות...", די אויפהער פון דעם מדור, דעקן קליינע נייעסלעך, בילדער, טעבלויד אויסשטעל, אויפהער פון וועלטליכע נייעס אויפן ערשטן בלאט.

זר, הער אויף מיט דיינע עקלדיגע בייעסד תגובות. אה, און פארגעס נישט צו געבן קארל'ן זיין ערליך-פארדינטע לייק...
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4160 מאל

הודעהדורך קלאר » פרייטאג יולי 13, 2012 12:47 pm

יידל האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:קארל, אודה ולא אבוש
איך הייב אן טראכטן אז איך האב דיר יא אימזניסט אטאקירט אינעם פריעדיגן אשכול פין בלאט
ווייל איך גלייב נישט זאלסט האבען געפנט די אשכול נאר צו ווייזן אז די ביזט נייטראל...

עניוועי, איך האלט ווייטער אז די זשוראנעליזום פין איד קומט נישט צי צו אמאליגע צייטונגען
קענסט אפשר זאגען אז די בלאט איז ערגער, אבער ער איז נאך ווייט פין זיין א ערנסטע צייטונג
אין ווען עס קומט צו פאליטיק מוז עס יעדער מודה ווייל דארט עס שרייט ארויס
קוקט אהער למשל פאריגע וואך מען האט שוין געהאלטן די 2'טע איד נאך די וואלען אין ער האט געהאט די ערשטע 8 זייטן מיט א קעפל אויפן ערשטען זייט
ווי ער האט אטאקירט די בלאט אין יוסי געשטענער אויף זייער א נערישע שטיייגער,
אין די וואך האלט עס ווייטער אן, איבער א האלב דאזען פעיזשעס זענען רעזעווירט איבער די וואלען אין קעגן די בלאט
ווען עס קומט צו פאליטיק וועט דער איד בכלל טראגען זיין ציבור אויף א רייד אין זיי פיטערן מיט הוילע פאנטאזיעס
למשל די וואך האט ר' משה שטערנבוך גערופן אלע גרויסע רבנים אין אמעריקא מען זאל זיך צוהעלפן פאר די נייע גזירה וואס ליגט יעצט אויפן טיש
אבער אין איד ווייסט מען נאר פין איין רבי'ן וואס מען האט גערופן אין מאכט דערפון א ריזיגע העדליין אויפן צווייטען זייט
די זעלבע איז מיט די אסיפה איבער מציצה בפה ווי ער איז מסביר אז זיין רבי האט פאררופן אין געפירט די אסיפה
(ווען אין פאקט איז ער אוועק צו א חופה פאר א האלבע שעה פין א מיטינג וואס ער זאל האבען פאררופן...)
בכלל ווען מען ליינט דער איד, קוקט אויס ווי סאטמאר פירט די וועלט ברחניות אין בגשמיות
ווער געדענקט דען נישט ווען טעפ איז געווארען באשטעטיגט איז די קרעדיט געקומען פאר ''וויטא לאפעז''
אדער ווען די וואוטשער איז ערלעדיגט קומט זיך די קרעדיט נאר פאר משה דוד נידערמאן אין סטיוו לעווין
אין צייט וואס דוד גרינפעלד איז געווען דער ערשטער צו פארפירן דערוועגן נאך פאר ער איז ערוועלט געווארען צום סיטי קאנסול
אזוי זענען דא צענדליגן ביישפילן ווי דער איד פיטערט אין גלעט זיינע ליינער וועלכע זענען זייער פארגלייבט אין אים

דער בלאט, סערווירט טאקע די ארונים אבער וועט קיינמאל נישט אריינלייגן אזויפיל דגוש אויף די זאכען ווי דער איד
די ס''ה איז, ביידע צייטונגען דארפן א תיקון, אין ביידע האבען מעלות

קלאר! נישט אלעס איז פאליטיק! כ'בעט דיך! קארל האט דאך בפירשו געשריבן אז ווען עס קומט צו פאליטיק איז דער איד ערגער. אבער חוץ פאליטיק איז דא א גאנצער וועלט! קען יו אימעדזשין? עס איז דא וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, אנאליזן, באריכטן, ארטיקלן און וואס נישט? און די אלע זאכן קענען זיין געשריבן אויף א זשורנאליסטישע לעוועל און אויף א נידעריגע טאבלויד לעוועל. פארשטייסט? ווייל דו ביסט אן ארויני מיינט נישט אז דו האסט א חוב קדוש נישט אויפצוהערן רעדן פון די נידעריגע פאליטיק וואס דער איד שפילט נעבעך.


איך ניץ די פאליטיק פין דער איד פאר א סעמפל
ווייל אין דעם פרט איז יעדער מודה
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 12:06 pm
האט שוין געלייקט: 353 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 335 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט