"דער איד"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:07 pm

שלמה שמש פארשווינדן

Ci0uY28UYAAyjS5.jpg
בייגעלייגטע פיילס
CivIDYjWkAEGhai.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1833
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:15 pm

שמעון וואלף: איך האב שיעור נישט באקומען א הארץ אטאקע, ר"ל. אבער נאך א מינוט, קוקנדיג אויף ביידע בילדער האביך מיך בארואיגט. דו וואלסט געדארפט מוסיף זיין די צוויי ווערטער..."פונ'ם בילד"...! ווייל איך האב שוין אנגעהויבן דן צו זיין אויב דער אטלאנטיק אוישען הייסט א מים שאין להם סוף.... לגבי הילכות עגונה....ב"ה, ער איז חי וקיים לאורך ימים ונשים, עמו"ש. נו, מילא. אז מ'האט איהם געשניטן פונ'ם .."איד"... איז נאכנישט געפערליך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג מאי 19, 2016 12:29 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:שלמה שמש פארשווינדן

Ci0uY28UYAAyjS5.jpg

פארשווינדן? נישט ממש. נאר סתם נישט געלייגט דעם גאנצן בילד
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1837
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1579 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » פרייטאג מאי 27, 2016 7:21 pm

❗Pls share, this week's Der Yid newspaper has last week's Zmanim
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 7:14 pm

פאריגע וואך האבן זיי נאכגעברענגט אן ארטיקל און געגעבן קרעדיט פאר אידישע וועלט (אייוועלט)
בייגעלייגטע פיילס
QuickMemo+_2016-07-31-16-16-57-1-1.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1833
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:15 am

אביסל קלארער
(ער שרייבט 'געמאכט לייכטע טוישטונגען אין גראמאטיק', אבער עס איז מלא טעותים)
בייגעלייגטע פיילס
YID-20912.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17129 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 1:25 am

שמעקעדיג: ייש"כ אז דו האסט באמערקט. אבער ס'איז נישט די זעלבע..."דער איד"...וואס איז געווען בימי מיין רבי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. ער האט געהאט זייער א רייכע וואקאבולאר אין אידיש. כ'האב מיך געלערנט א סאך נייע אידישע ווערטער פון איהם. און ס'זענען נישט געווען קיין גראמאטישע טעותים אדער טעותי הדפוס (כמעט נישט) אויף זיין וואטש. איך רעד יעצט נישט פון דעם תוכן. נאר די שפראך איז געווען זייער געשמאק. נישט צו פארגלייכן צו דעם בלאט. וואס זעהט אייביג אויס ווי ס'איז געשריבן דורך א פאר חדר יונגלעך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך ליפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:58 am

IMG_20160901_085741.jpg
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1837
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1579 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:50 am

WOW, אינטרעסאנט.
איך האב אבער מורא אז זיי האקן זיך אליינס אונטער די פוס, ווייל ווייניגער מענטשן וועלן קויפן דעם איד יעדע וואך.
אבער אפשר קען זיין אז אין די טעגליכע אימעיל וועט נאר זיין די נייעס, און אין די פולע צייטונג וועט שטיין השקפה, אפהאנדלונגען, עדיטאריעל, באריכטן פון די געלונגענע דינער וכו', וואס א גרויס חלק עולם קויפט עס צוליב דעם, צו האבן שבת נאכמיטאג וואס צו ליינען אין בעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17129 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 1:22 am

שמעקעדיג: אז מ'רעדט שוין פונ'ם איד האביך מיך דערמאנט א פאר גוטע ווערטלעך. והנה...ס'האט איינער אמאל געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג דעם איד אריינטראגן אין בית הכיסא. האט ער איהם געענטפערט. פרעיג בעסער צו מ'מעג עס ארויס ברענגען פון ביהכ"ס...!
איינער האט געפרעגט זיין חבר. (מענינא דיומא.) וויפיל מאל א וואך גייט ארויס דער איד...? האט ער איהם געענטפערט. איינמאל. רופטציך אן דער חבר. א איד וואס גייט ארויס איינמאל א וואך איז עובר אויף בל תשקצו...!
צוויי מענטשן האבן זיך אמאל געקריעגט. זאגט איינער פאר זיין חבר. איך וועל דיך אריינלייגן אין.."חית"...ענטפערט דער חבר. דו מעגסט מיך אריינלייגן אין..."חית"...אפילו אין..."טית"...נאר נישט אין יוד... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

הודעהדורך מר. קלונימוס » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:00 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: אז מ'רעדט שוין פונ'ם איד האביך מיך דערמאנט א פאר גוטע ווערטלעך. והנה...ס'האט איינער אמאל געפרעגט א שאלה אויב מ'מעג דעם איד אריינטראגן אין בית הכיסא. האט ער איהם געענטפערט. פרעיג בעסער צו מ'מעג עס ארויס ברענגען פון ביהכ"ס...!
איינער האט געפרעגט זיין חבר. (מענינא דיומא.) וויפיל מאל א וואך גייט ארויס דער איד...? האט ער איהם געענטפערט. איינמאל. רופטציך אן דער חבר. א איד וואס גייט ארויס איינמאל א וואך איז עובר אויף בל תשקצו...!
צוויי מענטשן האבן זיך אמאל געקריעגט. זאגט איינער פאר זיין חבר. איך וועל דיך אריינלייגן אין.."חית"...ענטפערט דער חבר. דו מעגסט מיך אריינלייגן אין..."חית"...אפילו אין..."טית"...נאר נישט אין יוד... :lol:

איינע פון דע Z9 טשענעלס האט עס געלייגט אן געבן קרעדיט פאר בערלען

rps20160904_215941.jpg
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
מר. קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 10:57 pm

מר? קלוינומוס: ייש"כ. ס'דערווארעמט מיר דאס הארץ צו זעהן אז מיינע מאמרים ווערן איבערגעזאגט. אפילו אן געבן קרעדיט. ס'איז נאכאלץ בעסער ווי פארקערט. אז יענער זאלל נאכזאגן זיינע אייגענע צוקאליטשעטע חידושים אין מיין נאמען.
אויף דעם איז דא א מעשה מיט א משל פון דובנער מגיד.
דער דובנער מגיד איז אמאל געווען אין א שטאט אויף שבת. און ער האט געוואלט זאגן א דרשה שבת נאכמיטאג אין ארטיגן ביהמ"ד. אבער ער האט געזעהן אז ס'איז שוין דא אנ'אנדערער מגיד וועלכער האט איהם אויסגעכאפט. און ער האט געזאגט א דרשה אין שטאטישן שול. דער דובנער מגיד איז אויך געגאנגען אויסהערן די דרשה. הערט ער ווי יענער בעל דרשן שטעלט זיך אויף און זאגט נאך שיינע משלים און ר'האט געגעבן דעם פולן קרעדיט פאר'ן דובנער מגיד. דער עולם וועלכע האבן געקענט דעם דובנער מגיד האבן זיך געוואונדערט ווי ער זיצט אזוי רואיג הערט אויס ווי יענער פאקט זיין סחורה אן בעטן רשות. פלוצלינג געט דער דובנער מגיד זיך א שטעל אויף פון זיין פלאץ און ער לויפט צו צו דעם פאלשן מגיד און ער שרייט אויף איהם..."געניג...! געניג...! הער אויף...!
דער עולם האטציך זייער שטארק געוואונדערט און זיי האבן איהם געפרעגט. אונז פארשטייען נישט דיין התנהגות. מילא, ווען דו האסט געזעהן אין אנהייב דרשה אז יענער זאגט נאך דיין סחורה, פארוואס האסטו איהם נישט געסטאפט . און אינמיטן די דרשה ביסטו צוגעלאפן צו איהם און אפגעשטעלט...!
האט דער דובנער מגיד זיי געענטפערט, כדרכו, מיט א משל: ס'איז געווען אין א שטאט 2 ברידערס. איינער איז געווען א גרויסער עושר. דער צווייטער איז געווען אן ארימאן. איינמאל האט דער עושר חתונה געמאכט זיין טאכטער. האט דער ארעמער ברודער געטראכט ביי זיך. היינט וועט זיכער קומען א שליח פון מיין רייכן ברודער און מיך איינלאדענען צו די חתונה. האט ער נישט געגעסן זיין געוויינליכע סעודה. און ר'האט געווארט אז דער שליח זאלל קומען. ס'איז שוין געווארן שפעט און דער שליח איז נאכאלץ נישט געקומען און ער איז שוין זייער הונגעריג געווען. האט ער זיך מייאש געווען אז מ'וועט איהם נאך רופן צו די חתונה. און ער האט געגעסן זיין געוויינליכע סעודה, וואס איז באשטאנען פון א ביסל זויערע באנדלעך. ווען ער האט שוין געענדיגט צו עסן קלאפט מען אין די טיר. דאס איז געווען דער שליח פון זיין ברודער. ר'האט איהם גערופן צו די חתונה. דער ארעמער ברודער איז אנגעקומען צו די חתונה. און ר'האט געזעהן ווי מ'סערווירט די רייכע מאכלים האט ער זיך אויך צוגעכאפט און אנגעהויבן עסן. אבער אזוי ווי זיין מאגן איז שוין געווען איבערגעפולט האט ער זיך גענימען ברעכן. דער עולם האט אנגעהויבן שרייען ווארפטס איהם ארויס... אבער זיין ברודער האט נישט צוגעלאזט. פלוצלינג האט דער רייכער ברודער גענימען שרייען...ווארפטס איהם ארויס...! האטציך דער עולם געוואונדערט פארוואס אין אנהייב האט ער נישט געלאזט אז מ'זאלל איהם ארויסווארפן. און אינמיטן הייסט ער מ'זאלל איהם ארויסווארפן. ווען מ'האט איהם געפרעגט דעם פשט פון זיין התנהגות האט ער זיי מסביר געווען...מיין ברודער, וועלכער איז אן ארימאן האטציך צוגעכאפט צו די טייערע און געשמאקע מאכלים. און זיין מאגן האט עס נישט געקענט דערהייבן. און ר'האט עס אויסגעבראכן. ווילאנג ער האט געבראכן מיינע טייערע מאכלים האביך געמוזט ליידן פון איהם. אבער ווען ער האט שוין אנגעהויבן צו ברעכן זיינע זויערע באנדלעך. דאס ביניך שוין נישט מחוייב צו ליידן. דאס,פיהרט אויס דער דובנער מגיד איז דער נמשל. ווילאנג דער פאלשער מגיד האט נאכגעזאגט מיינע מאמרים האב איך געשוויגן. אבער וויבאלד ער האט אנגעהויבן נאכצוזאגן זיינע אייגענע שטותים אין מיין נאמען. דאס ביניך שוין נישט מחוייב צו הערן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:05 pm

בילד
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 892
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 9:38 pm

Fake
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1837
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1579 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 10:26 pm

ליפא האט געשריבן:Fake

ליפא: אויף עהם ביניך טאקע מסופק אויב דער צעטל פון די מחאה איז אמת. ווייל, כאטש ער איז א זיסער איד (איך קען איהם פערזענליך), איז ער אבער א שטיקל סוחר און א פארטיי מענטש.לדוגמא. ווען ער האטציך צוקריעגט מיט 53 און ער איז אריבער צו די זאלונים פארטיי, האט ער אמאל ביי א דרשה אדער בכתב זיך אויסגעדרוקט אויף אהרן וועלצ'ס בוטשער סטאר בלשון..."דער בוטשער סטאר אויף 53"...דו האסט דאך אליינס געגעבן השגחה אויף דעם סטאר. אלס סאטמאר'ע בוטשער. היינט ווייל דו האסט געטוישט פארטייען רופסטו עס שוין אן בלשון בזיון, כאילו ס'איז די בוטשער סטאר פון די מזרחי, רח"ל מהאי דעתא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך ביליג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 3:07 am

בילדבילדבילד
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:40 pm

נאך א לענגערע צייט וואס "דער איד" קומט ארויס אין קלענערן פארמאט, געסטעיפלט, לשמחת כל הקוראים, איז כדאי צו אויפמערקזאם מאכן דאס פאלגענדע.

א. די קנייטש איז קיינמאל נישט אינדערמיט, ד"ה (ע"פ רוב) די לינקע זייט איז אביסל לענגער ווי די רעכטע. עס איז זייער נערווירנד, מאכט שווער צו האלטן און צו מישן.
ב. אויף רוב בלעטער איז פאראן א פרינטער מארק, ד"ה א לאנגע שטריך אונטן איבערן ברייט פונעם פעידזש, און האקט אפט אריין אין די טעקסט וואס מאכט מען זאל עס נישט קענען ליינען.
ג. די בלעטער זענען כמעט ווי פארקלעפט איינס אין צווייטן. עס קען זיך אזש צורייסן פון א שנעלן מיש. כ'טראכט אפשר איז עס אפילו א שאלה צו עפענען שבת, כאטש מסתמא נישט.

ווער עס קען האבן א השפעה אויף די רעדאקציע זאל ביטע איבערגעבן ולהנאה גדולה יחשב.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14531
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17129 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:07 pm

אן אנגענעמער סורפרייז האב איך היינט געהאט אינעם "איד" ביים זען א נארמאלן נייעס-באריכט וועגן שמעון פרס.
בייגעלייגטע פיילס
1.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7810 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 6:31 pm

ראובן האט געשריבן:אן אנגענעמער סורפרייז האב איך היינט געהאט אינעם "איד" ביים זען א נארמאלן נייעס-באריכט וועגן שמעון פרס.


מקען אפילו לייענען א באהאלטענע רעספעקט אזוי צווישן די שורות.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:04 pm

ראובן: ייש"כ. איך האב נאכנישט געזעהן דעם ..."בלאט"...ממילא וויל איך נישט קאמענטירן איבער דעם ספעציפישן פאל. אבער ס'איז אין די לעצטע פאר יאר אנטשטאנען אן איראנישער מצב. אין וועלכן ..."דער איד"...ברענגט א מער אביעקטיוון און נארמאלן רעפארט. און דער בלאט, ברענגט מער ארויס די ..."גנות הציונים"...אגענדא...!
למשל, ביי דעם רעפארט וואס די איזראעלישע בג"ץ האט געגעבן רשות פאר די באן ארבעטער אנצוגיין מיט זייער ארבעט אום שבת, טראץ נתניהו'ס ארדער אז זיי זאללן סטאפן, האט ער נישט געקענט ברענגען אן אביעקטיוון באריכט. נאר ער האט געהאט א גרויסע העדליין..."בג"ץ ערלויבט אנצוגיין מיט פרעכע חילול שבת ביי די באן...!
אלעס האט א צונאמען...פרעכע חילול שבת...טמא'נע נחל חרדי...דער ראש הכופרים ביבי נתניהו...וכו'...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10377
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6589 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך גראף » זונטאג פעברואר 12, 2017 3:20 pm

וועב זייטל

http://www.deryid.org
גראף
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך ביליג » זונטאג פעברואר 12, 2017 3:27 pm

.org ???
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: "דער איד"

הודעהדורך גראף » זונטאג פעברואר 12, 2017 4:24 pm

Yup
For tax purposes only?
גראף
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 278 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג פעברואר 12, 2017 8:51 pm

ערווארט נישט צו ליינן דערפון אויף אייערוועלט, אבער כאפ א בליק אין די פאסט אפיס אינפארמאציע וואס זיי מוזן געזעצליך דרוקן יערליך. וועסטו זעהן אז אלע דריי סאטמארע צייטונגען זענען רעדשיסטערט אלס טשעריטיס יע יע.

For Genaive Purposes Only.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6909 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2388 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:42 am

מיש נישט אויס א נאן-פראפיט מיט א טשערעטי ארג. ווען איינער גיט א נדבה פאר די איד באקומט מען נישט א צדקה דידאקשען.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1833
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2954 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט