קאווע שטיבל מעגעזין

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

קאווע שטיבל מעגעזין

שליחה דורך פיקאסא »

א גוטן אלע מיטגלידער פון קאווע שטיבל.

איך בין טאקע א גאסט אין שטיבל, אבער ווי זאגט די וועלט "א גאסט אויף א ווייל זייט אויף א מייל". איך זיץ דא און איך ווער פארגאפט פון די געוואלדיגע חומר וואס ווערט דא געשריבן דורך די העכסט טאלאנטפולע שרייבערס. דער עולם וואס דריידט זיך דא ווערט שוין ספויעלט פון אזויפיל גוטע חומר. ווען מ'קוקט זיך ארום כאפט א פחד ווי ארעם די אידישע ליטעראטור איז. ס'איז טאקע דא צייטונגען און מעגעזין לרחצה, אבער קיין איינס פון זיי האט און זיך חומר למחשבה, אביסעל טיפערס, א אנדערע בליק אויף א נושא, אדער אפילו סתם א מענטשליכע שמועס איבער א אינטערעסאנטע טאפיק וואס איז נוגע דבר יום ביומו.

איך בין נישט קיין שרייבער ממילא קען איך נישט צופיל צוגעבען מיטן שרייבן ארטיקלעך, איך וויל אבער יא ארויסגיין אויף א מיסיע און אויפטוהן מיט וואס וואס איך קען יא טוהן. מיין מיסיע איז צו בויען די שטיבל און עס נעמען צו די נעקסט לעוועל. איך וויל אז ווי מער מענטשען זאלן נהנה זיין פון די חומר למחשבה הן אין מילי דעלמא והן במילי דשמיא. דא אין דעם שטיבל איז די איינציגסטער פלאץ אויפן כדור העולם ווי מ'קען זיך צונויף רעדען אין א יעדער נושא וואס איז עומד על הפרק אדער דרוקט אויפן הארץ, ועל כולם אין א היימישע שפראך און אין אן אויסגעהאלטענעם אופן. אדרבה שטעל צאם די לעצטע פה-סח אויסגאבע צו עני אנדערע היימישע מעגעזין, ס'איז לא קרב זה אל זה.

ווי עס שיינט, עס איז שוין עטליכע מאל אויסגעקומען אויפן געדאנק פון אסאך אירע דא צו ארויסגעבען א מעגעזין וואס נעמט צוזאמנעמען די ארטיקלעך פונעם שטיבל. לדאבוננו איז עס נאך עד היום נישט פארוויקליכט געווארן. איך מצדי בין גרייט צו אריינלייגן אסאך כחות אז דאס זאל צושטאנד קומען בקרוב. איך וויל בעזה"ת אנהייבן צוזאמנעמען די לעצטע לענגערע אשכולות לפונדק אחד און עס אריינשטעלען און א שיינעם פארמאט לשם ולתפארת להרמת קרן הקאווע שטיבל.

כ'וויל דא אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס לדעתי איז די תועלת פון א מעגעזין:

א') ליינען אנליין איז נישט אייביג אזוי געשמאק, ס'ליינט זיך נישט אזוי גרינג און מאכט צומאל דיזי. ווי אויך האט מען נישט צופיל נערווען צו ליינען לענגערע ארטיקלעך. מ'געבט דאס א סקראול אראפ און מ'קליקט אויף די נעקסטע פעידזש.

ב') געשרייבעכץ פון פלעינע אותיות איז כגוף בלי נשמה, עס האט נישט קיין חיות, און איז זייער בורינג. לא כן אז מנעמט אן ארטיקל און מבאצירט עס מיט בילדער און ס'ליגט און א שיינעם לעיאוט, באקומט די ארטיקל אן אנדערע משמעות אינגאנצן. עס ליינט זיך גאר געשמאק און איז מוסיף צו די באדייט פונעם ארטיקל.

ג') אזוי מיר לעבען היינט און א פאריאגטע לעבענבשטייגער, יעדער איינער איז ב"ה פארנומען מיט זיין סדר היום, בלייבט נישט איבער קיין סאך צייט אין טאג צו ליינען מיט א ישוב הדעת. אז מ'וועט מאכן א מעגעזין וועט מען עס קענען ארויספרינטן אין א שיינעם פארמאט, און קענען ליינען שבת שבת קודש נאכמיטאג אנשטאטס זיך אנשטאפן מיט וועלטליכע נייעס וואס איז גארנישט מוסיף אין לעבען. ווי אויך האב איך נישט ליב צו זיצען אינדערהיים אויפן בענקעל און ליינען אויף מיין פאון אין געגענווארג פון די שטוב, א מעגעזין איז עפעס אנדערש.

ד') אסאך מענטשען האבן נישט קיין צוטריט און קאווע שטיבל, צו ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין צוטריט צום געוועב , אדער זייער פילטער בלאקט די וועבסייט. איך כ'בין זיכער אז אסאך פון זיי וואלטן הנאה געהאט פון די זאפטיגע שטיקלעך וואס שפראצן ארויס פונעם שטיבל. אז מ'האט די מעגעזין אין האנט קען מען עס זיי שיקען גרינגערהייט, און אזוי מהנה נאך הונדערטער יודען מסוף העולם ועד סופו.

ה') ועל כולם וועט דאס האפענטליך געבען א בוסט פאר די אלע שרייבערס וואס געפינען זיך דא צו נעמען די פען אין האנט אריין און שרייבן שענערע און לענגערע ארטיקלעך, נעמענדיג אין באטראכט אז ס'גייט אריין און א פרעסטידזשפילן מעגעזין וואס וועט געליינט ווערן דורך שווערע הונדערטע און האפענטליך טויזענטע ליינער ארום די וועלט.

ממילא וויל איך הערן דעת הקהל וואס דער עולם האלט, און וויסן אויב די עולם איז אין. איך קען באשטיין צו אריין לייגן כחות נאר אויב ס'איז דא א פארלאנג פאר דעם און אויב די עולם דא וועט מיטארבעטען.

ווער עס האלט פון די געדאנק און זעהט אין דעם א תועלת זאל לייקן די תגובה, אזוי וועלן מיר זעהן צו דער עולם איז אינטערסירט צו נישט. קאמענטורן איז וועלקאם

בייגעלייגט איז די פראנט קאווער. אויב איך זעה א שיינע מספר פון לייקס, וועליך ארויפשטעלען דא די פי. די. עף. פון די מעגעזין ווי עס האלט יעצט. דערווייל האלט עס ביי 28 פעידשעס, געקליבענע ארטיקלעך פון די לעצטע פאר וואכען, צונויפגעלייגט אין א שיינעם מעגעזין סטייל.

פארשטייט זיך איינמאל מיין חלום רוקט זיך פאראויס וועט מען מיזן אויסארבעטן א געהעריגע הנהלה, וואס זאל שטיין בראש פון די פראדזשעקט און אויסארבעטען אלע דיטעילס. ווי אויך זיכער מאכן אז דאס איז א דבר המתקיים.

היו נכונים!

ידיכם עוז המצפה לרחמי שמים מרובים
פיקאסא
בייגעלייגטע פיילס
Magazine Cover.pdf
(176.22 KiB) אראפגעלאדנט 487 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיקאסא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 90 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר